האַקענסאַק, ניו־דזשערזי. — עווגעני קראַסנאַפּאָלסקי און אַנדרעאַ דאַווידאָוויטש גליטשן זיך אויפֿן אײַז, אונטער דער מוזיק פֿון נינאָ ראָטאַס „ליבע־טעמע פֿון ראָמעאָ און דזשוליעט‟.
דער 25־יאָריקער קראַסנאַפּאָלסקי און די 16־יאָריקע דאַווידאָוויטש, וועלכע האָבן אָנגעהויבן אַרבעטן אין איינעם ווייניקער פֿון אַ יאָר צוריק, וועלן רעפּרעזענטירן ישׂראל, צוזאַמען מיטן 25־יאָריקן אַלעקסיי ביטשענקאָ, אין דער ווינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי, רוסלאַנד, וואָס עפֿנט זיך דעם פֿרײַטיק. דער אײַזקונסט־פֿאַרמעסט וועט פֿאָרקומען דעם 11טן און 12טן פֿעברואַר.
אַלע דרײַ ספּאָרטלײַט טרענירן זיך אינעם אַזוי־גערופֿענעם „אײַזהויז קאָמפּלעקס‟, אין האַקענסאַק, ניו־דזשערזי, וואָס איז לעצטנס געוואָרן דער עפּיצענטער פֿאַר דער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט פֿון דער ווינטער־אָלימפּיאַדע, בפֿרט וואָס שייך דער אײַזקונסט. זייערע טרענירער זענען גלית חייט, אַ ישׂראלדיקע געווינערין פֿון דרײַ אָלימפּישע מעדאַלן אין אײַזקונסט, און גענאַדי קראַסניצקי. חייטס מאָלדאָווע־געבוירענער טאַטע, באָריס חייט, פֿירט אָן מיט דער ניו־דזשערזי אָפּעראַציע, און דינט ווי דער פּרעזידענט פֿון דער „ישׂראלדיקער פֿעדעראַציע פֿון אײַזקונסט‟, כאָטש ער וווינט זינט 1975 אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
חייט, דער אייגנטימער פֿון אַ קאָמפּיוטער־באַראַטונג פֿירמע, האָפֿט צו קולטיווירן אַ נײַעם דור אײַז־גליטשער, וואָס זאָלן רעפּרעזענטירן ישׂראל אין דער ווינטער־אָלימפּיאַדע אין פּיאָניטשענג, דרום־קאָרעע אין 2018. די „אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרט־פּראָגראַם‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט פֿון באָריס חייט — טרענירט און באַזאָרגט מיט וווינונגען די 11 ישׂראלדיקע אײַז־גליטשער דאָ, צוזאַמען מיט נײַן אַנדערע, וואָס געפֿינען זיך אין קאַליפֿאָרניע, ניו־יאָרק, רוסלאַנד און אוקראַיִנע. די אַטלעטן טרענירן זיך נישט אין ישׂראל צוליב דעם דוחק פֿון אײַז-זאַלן און געניטע טרענירער אין דער ייִדישער מדינה.
פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר דער פּראָגראַם קומט פֿון פּריוואַטע בײַשטײַערס, דער „ישׂראלדיקער אײַזקונסט־פֿעדעראַציע‟, דעם „ישׂראלדיקן אָליפּיאַדע־קאָמיטעט‟ און דעם „אינטערנאַצאָיאָנאַלן אײַזקונסט־פֿאַרבאַנד‟. 10 פֿון די 11 אײַזגליטשער אין האַקענסאַק וווינען אין אַ ציכטיקן ווײַסן הויז, וואָס געפֿינט זיך ווייניקער ווי אַ מײַל פֿון דעם „אײַזהויז‟, אונטער דער אויפֿזיכט פֿון אַ „מאַמע‟, נאַדיע. דאַווידאָוויטש וווינט מיט איר אייגענער משפּחה 40 מינוט אַוועק.
עסנדיק אַ יאָגורט אין דער קיך פֿון נאַדיעס הויז, זאָגט ביטשענקאָ, אַז ער איז צופֿרידן מיט דער אַראַנזשירונג, כאָטש ער בענקט נאָך זײַן משפּחה אין ישׂראל. „ס׳איז געווען אַ שווערער באַשלוס פֿאַר מיר, אָבער אָן דער טרענירונג דאָ אין ניו־דזשערזי וואָלטן מיר קיין מאָל נישט געקאָנט אָנטיילנעמען אין דער אָלימפּיאַדע,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.