אין אײן אָװנט, 1964 האָט יעקבֿ גלאַטשטײן געקוקט אַ טעלעװיזיע־פּראָגראַם, װוּ עס האָבן גערעדט זעקס אַמעריקאַנער דיכטער. צװישן זײ איז געװען אױך אַלאַן גינסבערג: „גינסבערג האָט געשװעבלט מיט שׂינאה צו אַמעריקע. ער האָט קריטיקירט די אַדמיניסטראַציע פֿון אַ רױט־כינעזישן שטאַנדפּונקט און נאָך באַדױערט, װאָס ער קען נישט רעדן אױף טעלעװיזיע מיטן לשון פֿון זײַנע פּריװאַטע שמועסן. ער האָט זיך, נעבעך, געפֿילט גװאַלדיק אונטערדריקט אין אַמעריקע.‟ די דאָזיקע זעקס מאָדערנע דיכטער האָבן פֿאַר גלאַטשטײן פֿאַרקערפּערט דעם אַלגעמײנעם שיפֿלות פֿון דער ענגליש־אַמעריקאַנער פּאָעזיע: „איך מוז מײַן אינטעליגענץ דערגאַנצן מיט זײערע נעמען און זײ קענען זיך אױסלעבן די יאָרן, שרײַבן נאַרישקײטן און רעדן נאָך גרעסערע שטותים, און נישט װעלן װיסן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע.‟
דער ביטערער טאָן איז גאַנץ טיפּיש פֿאַר גלאַטשטײנס שפּעטערע קריטישע עסײען, װאָס שפּיגלען אָפּ זײַן אַנטױשונג צוליב דער ירידה פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אָבער מערקװירדיק איז דאָ אײן פּרט: עס איז געװען דװקא דער ייִדישער „ביטניק‟ און סקאַנדאַליסט גינסבערג, און ניט קײן אַנדערער „אַמעריקאַנער‟ דיכטער, װאָס האָט באַדױערט, אַז ער קאָן ניט רעדן אױף זײַן „פּריװאַטן‟ לשון, װאָס װאָלט לכאורה געװען צו גראָב פֿאַרן טעלעװיזיע־עולם. איז דאָס געװען אַ צופֿעליקײט, אָדער אָט די דרײַ זאַכן — ייִדישקײט, מאָדערניזם, און ניבול־פּה האָבן עפּעס בשותּפֿות?
די דאָזיקע דעליקאַטע פֿראַגע װערט מײַסטערהאַפֿטיק באַהאַנדלט אינעם נײַעם בוך „אומרײנע ליפּן: „ניבול־פּה, ייִדן, און אַמעריקאַנער קולטור‟ פֿון דשאָש לאַמבערט, דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. לאַמבערט האָט ניט קײן קלאָרן ענטפֿער, װאָס זאָל לײזן די דאָזיקע פֿראַגע מיט אײן מאָל. אַזאַ מין צוגאַנג װאָלט במילא איבערגעחזרט די אַלטע אַנטיסעמיטישע זאַבאָבאָנעס װעגן דער ייִדישער נטיה צו טומאה און ניבול־פּה, בפֿרט װען עס קומט צום „אָפּסמען‟ די קריסטלעכע קולטור. אָבער װי עס זאָל ניט זײַן, זײַנען אַ היפּשע צאָל ייִדן, און דװקא אין אַמעריקע, געװען אין די ערשטע רײען פֿון די קעמפֿער פֿאַר די רעכט צו רעדן פֿראַנק־און־פֿרײַ, און ניט נאָר װעגן פּאָליטיק, אָבער אױך װעגן סעקס. עס איז ניט געװען קײן קלאָרע און פּשוטע סיבה, װאָס וואָלט זײ געצוווּנגען צו פֿאַרטײדיקן „ניבול־פּה‟ אין ליטעראַטור, זאָגט לאַמבערט, אָבער זײער אַקטיװיטעט האָט ממש איבערגעמאַכט די אַמעריקאַנער קולטור.
אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָט אַמעריקע פֿאַרמאָגט גאָר שטרענגע געזעצן און נאָרמעס װאָס שײך דעם באַנוץ פֿון „גראָבע‟ װערטער און דער שילדערונג פֿון סעקס. פֿאַר פֿאַרקױפֿן אָדער שמוגלען אַן עקזעמפּלאַר פֿון אַ פֿאַרװערט בוך, װי למשל, דזשײמס דזשױסעס „יוליסעס‟, װאָלט מען געגאַנגען אין תּפֿיסה אױף אַ פּאָר חדשים. אָבער דװקא די דאָזיקע ריזיקע האָט געמאַכט די מאָדערניסטישע ליטעראַטור נאָך מער פּיקאַנט. דאָס האָבן גוט פֿאַרשטאַנען אײניקע ייִדישע פֿאַרלעגער, װי, למשל, האָראַס לײַװרײַט. זײ האָבן געזוכט אַ פֿרײַע נישע אינעם ביכער־מאַרק, װוּ עס האָבן געהערשט אַלט־געזעסענע קריסטלעכע פֿירמעס. דער בעסטער װעג צו דערפֿאָלג איז געװען דורך אַרױסגעבן ריזיקאַלישע מאָדערניסטישע שרײַבער װי ד. ה. לאָורענס, און אַרױסרופֿן אַ סקאַנדאַל אין געריכט און צומאָל מיט אַ תּפֿיסה־אורטײל.
אַ צווייטע סיבה, דערקלערט לאַמבערט, איז געװען דאָס גלױבן, אַז סעקסועלע פֿרײַהײט װעט העלפֿן צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם. אײניקע טעאָרעטיקער פֿון פּסיכאָ־אַנאַליז האָבן געהאַלטן (אָן שום רעאַלן יסוד), אַז אַנטיסעמיטישע געפֿילן שטאַמען פֿון אונטערגעדריקטע עראָטישע ציִענישן, און אַז עס איז גענוג צו לאָזן די מענטשן אױספֿילן זײערע פֿאַרבאָרגענע באַגערן, װעלן זײ אױפֿהערן פֿײַנט האָבן ייִדן. שפּעטער, אין די 1960ער יאָרן, האָט די דאָזיקע טעאָריע באַקומען אַ נײַעם, היפּוכדיקן גילגול אין די װערק פֿונעם יונגן דור אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער, װי סאָל בעלאָו און פֿיליפּ ראָט. זײער טעמע איז געװען די ליבע צװישן אַ ייִדישן אינטעליגענט און אַ „שיקסע‟, אָפֿטמאָל אַ קאַטױלישע. דאָס איז געװען אַן אופֿן צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם ייִדישן „מאַמע־קאָמפּלעקס‟ און צו װערן אַ פֿרײַער אַמעריקאַנער.
די טעמע פֿון „ניבול־פּה‟ אין דער ייִדישער ליטעראַטור װאַרט נאָך אױף אַ גרונדיקער פֿאָרשונג. אין אונטערשיד צו דער אַמעריקאַנער — װי אױך צו אַנדערע „מלוכישע‟ קולטורן — האָבן די ייִדן אין גלות ניט געהאַט קײן אינסטאַנצן מיט צענזור־פֿולמאַכטן איבער דער ייִדישער ליטעראַטור. צענזור איז געװען אַן אינעװײניקער ענין פֿאַר רבנים, קריטיקער, שרײַבער און רעדאַקטאָרן. מען האָט זיך מיט ברען געאַמפּערט, װאָס פּאַסט יאָ און װאָס עס פּאַסט ניט פֿאַר אַ ליטעראַריש װערק, אָבער קײן לעגאַלע פּועל-יוצאס האָבן די דאָזיקע װיכּוחים ניט געהאַט. און דער אַמעריקאַנער צענזור האָבן די ייִדישע פּובליקאַציעס פּשוט ניט געאַרט, סײַדן, אויב מען האָט זײ איבערגעזעצט אױף ענגליש. דער בעסטער בײַשפּיל דערפֿון איז שלום אַשס פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟: װען מען האָט זי געשפּילט אױף ייִדיש אין ניו־יאָרק אין 1908, איז אַלץ געװען שטיל, אָבער די ענגלישע אױפֿפֿירונג אױף בראָדװײ אין 1923 איז פֿאַרװערט געװאָרן מיט אַ שרעקלעכן סקאַנדאַל.
אַזױ אַרום איז די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע געװען אַ סך מער געלאַסן אין אירע שילדערונגען פֿון געשלעכט־ענינים, הגם קאַרגער מיט „גראָבע װערטער‟ װי אױף ענגליש. לאַמבערט ברענגט װי אַ בײַשפּילן דוד פּינסקי, לעאָן קאָברין, יוסף אָפּאַטאָשו, און אַװדאי, באַשעװיס. דערצו קאָן מען צוגעבן ל. שאַפּיראָ און ברוך גלאַזמאַן, מן־הסתּם דער סאַמע עראָטישסטער צװישן די אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער. אָבער לרובֿ זײַנען זײערע װערק קױם באַקאַנט אַפֿילו דעם ייִדיש–לײענענדיקן עולם, און אַזױ װעלן זײ מסתּמא פֿאַרבלײַבן נאָך לאַנג.
לאַמבערטס בוך באַרירט אַ װיכטיקן און סענסיטיװן ענין. װי װײַט לאָזט זיך בכלל רעדן װעגן נאָענטע באַציִונגען צװישן ייִדן און ניבול־פּה, אָדער, למשל, די ייִדן און קאָמוניזם? דאַרף מען די דאָזיקע פֿראַגעס סתּם אַװעקשאַרן װי אַנטיסעמיטישע זאַבאָבאָנעס? אָדער מע קאָן מען זײ פּרוּװן פֿאַרשטײן װי אַ פּראָדוקט פֿון געװיסע סאָציאַלע, פּאָליטישע און קולטורעלע באַדינגונגען? צי דאַרף מען זײ געבן אַ פּסק פֿון דער הײך פֿונעם הײַנטיקן מאָראַלישן שטאַנדפּונקט? דאָס זײַנען די פֿראַגעס, װאָס לאַמבערטס שטודיע לאָזט איבער פֿאַרן לײענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.