איין מאָל אַ יאָר ווערט דאָס אַקאַדעמישע לעבן אין ייִדישע לימודים אין מאָסקווע אויפֿגעלעבט און אויפֿגעמונטערט; יעדער ווינטער, סוף־יאַנואַר אָנהייב-פֿעברואַר, קומט אין מאָסקווע פֿאָר די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע לימודים, אָרגאַניזירט פֿון דער געזעלשאַפֿט „ספֿר‟, אַן אָפּטייל פֿון וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, געשטיצט פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע פֿונדאַציעס.
די קאָנפֿערענץ איז געבויט לויטן מוסטער פֿון איי.דזשי.עס.־קאָנפֿערענצן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן: עס ווערן פֿאָרגעשטעלט גאָר פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישע לימודים — פֿון תּנ”כישער אַרכעאָלאָגיע ביז עקאָנאָמיע פֿון מדינת־ישׂראל, שפּראַך־וויסנשאַפֿט, פֿילאָלאָגיע, עטנאָגראַפֿיע, געשיכטע, קונסט־וויסנשאַפֿט, סאָציאָלאָגיע און אַזוי ווײַטער. אַלע טאָג קומען פֿאָר עטלעכע זיצונגען גלײַכצײַטיק.
אויף דער קאָנפֿערענץ פֿאָרן זיך צונויף געלערנטע פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. אַחוץ רוסלאַנד און לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, קומען קאָלעגן פֿון ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, האָלאַנד, פּוילן און דרום־אַפֿריקאַנישער רעפּובליק. רעפֿעראַטן קען מען האַלטן אויף רוסיש אָדער אויף ענגליש.
דער הויפּט־ציל פֿון דער קאָנפֿערענץ איז צו פֿאָדערן די רוסישע פֿאָרשער פֿון ייִדישע לימודים, צו שאַפֿן פֿאַר זיי מעגלעכקייטן פֿון קאָמוניקאַציע מיט זייערע אויסלענדישע קאָלעגן און צו באַקענען זיי מיט נײַע ביכער; אין אָנהייב פֿון יעדער קאָנפֿערענץ שטעלט מען פֿאָר נײַע אוסגאַבעס און עס ווערט אָרגאַניזירט אַ קליינער ביכער־יריד.
צו דער קאָנפֿערענץ קומען אָן אַ סך פֿאָרשער פֿון מערבֿ, און דערפֿאַר איז סוף יאַנואַר־אָנהייב פֿעברואַר אין מאָסקווע אויך אַ צײַט פֿון אינטערעסאַנטע לעקציעס אין ייִדישע לימודים. דער הויפּט־העלד הײַיאָר איז דער ישׂראלדיקער קונסט־פֿאָרשער איליאַ ראָדאָוו, וואָס איז געווען דער פֿאָרזיצער פֿון קונסט־פּאַנעל אויף דער קאָנפֿערענץ און האָט געהאַלטן אַ ריי רעפֿעראַטן. אין די ראַמען פֿון דער פּראָגראַם פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט ער געהאַט דרײַ אויפֿטריטן.
אויף צוויי פֿון זיי איז די רייד געגאַנגען וועגן דעם, ווי אַזוי מע האָט געמאָלט גאָט און אָנגעוויזן זײַן נאָמען אין די שילן פֿון מיזרח־אייראָפּע. די טעמע פֿון זײַן דריטן רעפֿעראַט איז „לשון־קודש אויף די בילדער פֿון איטאַליענישן רענעסאַנס‟. ראָדאָוו האָט דערציילט וועגן די בילדער אויף תּנ”כישע טעמעס, וואָס אויף זיי האָבן די מאָלער עפּעס אָנגעשריבן אויף לשון־קודש — עטלעכע ווערטער, גאַנצענע פּסוקים אָדער בלויז אַ פּאָר אותיות. צי איז דאָס געווען טאַקע לשון־קודש, צי זײַנען די אָנגעשריבענע ווערטער פֿאַרשטענדלעך; ווער איז געווען פֿאַר די קינסטלער אַ בעל־יועץ; ווי אַזוי האָבן אויסגעזען די אותיות, און וואָס איז געווען די פֿונקציע פֿון די שריפֿטן — וועגן דעם האָט ראָדאָוו גערעדט.
ער האָט אויך געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אינעם ערשטן ייִדישן מוזיי. דאָרטן האָט ער דערציילט וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿון ירושלים אינעם דעקאָר פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע שילן.
סוף־יאַנואַר האָט מען געפּראַוועט אַ וויכטיקע דאַטע פֿאַרן ייִדישן טעאַטער אין מאָסקווע — דער 80־יעריקער יוביליי פֿון אַלכּסנדר לעווענבוק, דער אָנפֿירער פֿונעם איינציקן מאָסקווער ייִדישן טעאַטער „שלום‟. אין סאָוועטישע צײַטן איז לעווענבוק געווען אַ באַקאַנטער אַקטיאָר און ראַדיאָ־לייטער. איצטער איז ער מער אַ רעזשיסאָר.
אויף דעם יוביליי־אָוונט האָבן לעווענבוקן באַגריסט די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד, דורית האָלענדער, באַקאַנטע אַקטיאָרן און זינגער: יוסף קאָבזאָן, וולאַדימיר ווינאָקור, באָריס לוואָוויטש און אַנדערע געסט. די אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער „שלום‟ האָבן פֿאָרגעשטעלט פֿראַגמענטן פֿון עטלעכע ספּעקטאַקלען.
די וואָך איז קאַרעליע — אַ געגנט אויף צפֿון־מערבֿ פֿון רוסלאַנד — געוואָרן דער צענטער פֿון ייִדישע נײַעס. דאָרטן האָט אַ פּריוואַטער טעאַטער „אַד ליבערום‟ אויפֿגעפֿירט צוויי איינאַקטער: סועטס „אינטערוויו‟ און קאָטליאַרס „אונדזער קיך‟, וואָס זייערע העלדן זענען פֿון דער שארית־הפּליטה. דער ספּעקטאַקל איז געווידמעט דעם טאָג פֿון חורבן. און אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון קאַרעליע איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דאָס בוך „ווידערגעבורט פֿון ייִדישער קהילה אין קאַרעליע‟, וואָס ס‘האָט אָנגעשריבן דער הויפּט פֿון דער דאָזיקער קהילה דמיטרי צוויבל. דאָס בוך איז אַ פּרוּוו צו דערציילן די געשיכטע פֿונעם קאַרעלישן ייִדנטום און זײַנע אָרגאַניזאַציעס זינט 1991.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.