דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָט די „ניו־יאָרק טײַמס‟ פּובליקירט אַן עפֿנטלעכן בריוו פֿון וווּדי אַלענס אַדאָפּטירטער טאָכטער, דילאַן פֿאַראָו, וואָס דערציילט, אַז מיט יאָרן צוריק האָט איר טאַטע זי סעקסועל באַלעסטיקט. „ווען איך בין געווען זיבן יאָר אַלט, האָט וווּדי אַלען מיך אַרויפֿגעפֿירט בײַ דער האַנט אויפֿן שוואַך־באַלויכטענעם בוידעם אין אונדזער הויז. ער האָט מיך געהייסן זיך אַוועקלייגן אויפֿן בײַכעלע און זיך שפּילן מיט מײַן ברודערס עלעקטרישער שפּיל־באַן. דערנאָך האָט ער מיך סעקסועל אַטאַקירט.‟
ווער וויל גלייבן, אַז אַ באַליבטער פֿילמאָגראַף, קאָמיקער און קולטורעלער העלד קאָן זײַן אַ פּעדאָפֿיל? צענדליקער יאָרן לאַנג דרייען זיך שוין אַרום די באַשולדיקונגען קעגן אַלען, אָבער זיי זענען תּמיד געווען אַזוי נעפּלדיק, אַז ס׳איז געווען גרינג זיי צו איגנאָרירן. ערשט לעצטנס האָט מען שוין ווידער דערהערט די באַשולדיקונגען — צו ערשט, נאָך אַ פּראָפֿיל פֿון אַלענס געוועזענער פֿרוי, מיִאַ פֿאַראָו, און אירע קינדער; שפּעטער, נאָך דעם ווי אַלען האָט געוווּנען אַ Golden Globes־פּרעמיע פֿאַר זײַנע לעבנס־לאַנגע אויפֿטוען, און צום סוף, דורך דילאַן פֿאַראָוס בריוו.
אַוודאי ווייסן מיר נישט אויף זיכער פּונקט וואָס ס׳האָט דעמאָלט פּאַסירט, און מסתּמא וועלן מיר עס קיין מאָל נישט וויסן. מע האָט אַלענען קיין מאָל נישט געמישפּט דערפֿאַר, און ער טענהט, אַז ער איז אומשולדיק. אָבער ווען אַ פֿרוי פּובליקירט אַזאַ פּרטימדיקן בריוו וועגן דער כּלומרשטיקער אַקציע, ווערט שוין אוממעגלעך צו איגנאָרירן דעם ענין.
ווען וווּדי אַלען וואָלט מער נישט געלעבט, אָדער געהאַט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון דער עפֿנטלעכקייט, וואָלט מען געקענט זאָגן: „נו, אפֿשר איז ער טאַקע אַ פּעדאָפֿיל, אָבער ער האָט פֿאָרט געמאַכט אַ צאָל אויסגעצייכנטע פֿילמען‟. אַ סך גרויסע ווערק זענען שוין געשאַפֿן געוואָרן דורך אוממאָראַלישע קינסטלער. די פּראָבלעם מיט וווּדי אַלען איז, וואָס ער איז נאָך אַלץ זייער שאַפֿעריש; ער שרײַבט און רעזשיסירט נאָך אַלץ פֿילמען און געווינט ווײַטער פּרעמיעס — אין פֿאַרגלײַך מיט ראָמאַן פּאָלאַנסקי, אַ צווייטער רעזשיסאָר, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין באַלעסטיקן אַ יונג מיידל, און געפֿינט זיך דערפֿאַר שוין יאָרן לאַנג „אין גלות‟.
מיר אַלע וועלכע האָבן שוין געשריבן רעצענזיעס וועגן אַלענס פֿילמען, און אים געלויבט, פֿילן זיך איצט אַ ביסל קאָמפּראָמיטירט. אָבער אין דער אמתן, איז עס נישט בלויז אַ פּראָבלעם פֿאַר די רעצענזענטן, נאָר אויך פֿאַר אַלע, וועלכע קוקן און האָבן הנאה פֿון וווּדי אַלענס פֿילמען. אין איין וועגס, איז עס אויך אַ פּראָבלעם פֿאַר אונדז, ייִדן, וועלכע האָבן געהאָלפֿן מאַכן וווּדי אַלען פֿאַר אַ סימבאָל פֿון דער בליִענדיקער אַמעריקאַנער ייִדישער (דאָס הייסט, „דזשויִש‟) קולטור. ווי פֿאַראָו שרײַבט אַליין אין איר בריוו, איז עס אויך אַ פּראָבלעם פֿאַר דער פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע, וואָס האַלט אין איין שטיצן און באַערן וווּדי אַלען. בקיצור, וווּדי אַלען איז אַ פּראָבלעם פֿאַר אונדז אַלעמען.
און דאָס ערגסטע פֿון אַלץ — כ׳הייב נישט אָן צו וויסן ווי מע קען די פּראָבלעם לייזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.