ירושלים. — דער ישׁראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט די וואָך געשלאָגן אַ „גינעס וועלט־רעקאָרד‟ דורך געבן אַ קלאַס וועגן בירגערשאַפֿט פֿאַר מער ווי 9,000 ישׂראלדיקע מיטלשול־תּלמידים אין 215 קלאַסצימערן איבערן לאַנד.
דער „קלאַס פֿונעם פּרעזידענט‟, וואָס מע האָט אָפּגעהאַלטן דאָנערשטיק אין דער פֿרי בײַם ישׂראלדיקן צווײַג פֿון דער אינטערנעץ־פֿירמע Cisco אין נתניה, איז באַצייכנט געוואָרן ווי דער גרעסטער מיטלשול־קלאַס וועגן בירגערשאַפֿט אויף דער וועלט.
מאַרקאָ פֿריגאַטי, אַ הויך־ראַנגיקע פֿיגור בײַ די „גינעס וועלט־רעקאָרדן‟, איז בײַגעווען אינעם Cisco־ביוראָ, כּדי צו באַשטעטיקן די רעזולטאַטן.
„דאָס איז אַ פּרעכטיקער געדאַנק פֿאַר אַ וועלט־רעקאָרד, צוליב דרײַ סיבות,‟ האָט פֿריגאַטי באַטאָנט. „ערשטנס, ווײַל די טעמע בירגערשאַפֿט און דעמאָקראַטיע איז רעלעוואַנט פֿאַר אַלעמען אין דער וועלט, און בפֿרט פֿאַרן ייִנגערן דור. צווייטנס, איז דער לעקטאָר אַ מענטש, וועלכער האָט דערלעבט צו זען דאָס לאַנד פֿון אָנהייב אָן ביז הײַנט, און איז דערפֿאַר צום בעסטן צוגעפּאַסט צו געבן דעם קלאַס. און דריטנס, האָבן מיר געוואָלט ווײַזן, ווי אַזוי מע קען אויסניצן די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיע אינעם תּחום פֿון דערציִונג, כּדי אַלע זאָלן בלײַבן אין פֿאַרבינדונג און גוט־אינפֿאָרמירט.‟
די תּלמידים, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער לעקציע, זענען געווען סײַ פֿרומע, סײַ פֿרײַע; ייִדן, אַראַבער (אַרײַנגערעכנט בעדויִנער) און קריסטן.
פּערעס האָט געמוטיקט די יונגע לײַט צו נעמען ערנסט זייער שול־אַרבעט. „איר זאָלט קיין מאָל נישט אויפֿהערן צו לערנען נײַע זאַכן, אָדער אויפֿהערן צו חלומען וועגן נײַע מעגלעכקייטן,‟ האָט ער געזאָגט.
דוד בן־גוריון, דעם ערשטן פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל, האָט פּערעס גערופֿן „מײַן לערער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.