מיט צוויי יאָר צוריק, נאָך דעם ווי די רבנים פֿון די חרדישע קרײַזן האָבן דורכגעפֿירט אַ ריזיקע אַנטי־אינטערנעץ אַסיפֿה אין „שיי־סטאַדיאָן‟, האָבן זיי מער־ווייניקער באַוויזן צו באַגרענעצן דעם צוטריט צו די סאָציאַלע נעצן ווי „פֿייסבוק‟.
הײַנט דערשפּירן זיי אָבער אַ פֿרישע סכּנה: דער שריפֿטלעכער שמועס־מיטל אויף די סמאַרטפֿאָנען — „וואַטסאַפּ‟ (WhatsApp), וואָס גיט די באַניצער די מעגלעכקייט זיך צו טיילן מיט אינפֿאָרמאַציע און בילדער פֿון דער דיגיטאַלישער מעדיאַ.
אין אַן אַרטיקל אין אַ יאַנואַר־נומער פֿון „דער בלאַט‟ — אַ ייִדישע צײַטונג, אַרויסגעלאָזט פֿון די סאַטמערער חסידים — האָט מען געוואָרנט, אַז „וואַטס־עפּ‟ איז די „אורזאַך נומער 1 פֿון חורבנות בײַ ייִדישע שטיבער און פּרנסות‟.
די פּראָגראַמירער בײַ דער סאַטמערער פֿירמע Meshimer Filter באַמיִען זיך טאַקע צו בלאָקירן די מעגלעכקייטן פֿון די „וואַטסאַפּ‟־באַניצער צוצוקומען צו דער אינטערנעץ, אָבער נישט תּמיד געלינגט זיי.
ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער אַנטי־אינטערנעץ קאַמפּאַניע, לאָזן הײַנט די סאַטמערער שולן נישט אַרײַן קיין קינדער, וואָס זייערע עלטערן האָבן צוטריט צו דער אינטערנעץ אין שטוב, און זיי פֿאָדערן, אַז די עלטערן זאָלן ניצן וועב־פֿילטערס אויף זייערע סמאַרטפֿאָנען. אַ צאָל חסידים האָבן אָבער געזוכט מיטלען ווי זיך אויסצודרייען פֿון די תּקנות, און „וואַטסאַפּ‟ איז געוואָרן אַ פּאָפּולער „דריידל‟.
די חסידישע ייִדן אין ברוקלין האָבן געזאָגט דעם Forward, אַז „וואַטסאַפּ‟ דינט ווי אַ געשלאָסענע סאָציאַלע נעץ, וואָס דערמעגלעכט אַ שטענדיקע פֿאַרבינדונג צווישן געוויסע מיטגלידער פֿון דער קהילה, אָבער אָן דער אינפֿאָרמאַציע „פֿון דרויסן‟. „ס׳איז באמת אַן אינעווייניקער געטאָ־מעדיאַ, אָן דער השפּעה פֿון דער דרויסנדיקער מעדיאַ,‟ האָט אַ חסיד פֿון באָראָ־פּאַרק געזאָגט.
די פּריוואַטע נעצן פֿון „וואַטסאַפּ‟ דערלויבן צו שיקן הין־און־קריק בריוועלעך בלויז צווישן די מענטשן, וואָס די גרופּע לאָזט אַרײַן. ס׳קאָן זײַן אַ גרופּע פֿרײַנד, קרובֿים, שכנים אָדער ישיבֿה־בחורים. דער באָראָ־פּאַרקער חסיד זאָגט, אַז ער געהערט צו אַ גרופּע, וואָס באַשטייט בלויז פֿון זײַנע קרובֿים, און זיי ניצן עס אַרומצורעדן די נײַעס און די גמרא.
אַנדערע ניצן עס פֿאַר מער פּראַקטישע סיבות. דער באָראָ־פּאַרקער האָט געזאָגט, אַז מוציא־שבת האָט זײַן פֿרײַנד אים געשיקט אַזאַ אָנזאָג: „האָט עמעצער ׳דזשאָמפּער קייבלס׳ (דראָטן וואָס קאָנען אָנצינדן דעם אויטאָ־קראַפֿט)? איך דאַרף אַ ׳בוסט׳.‟ און ער איז טאַקע גלײַך צוגעפֿאָרן צום פֿרײַנד און אים געהאָלפֿן מיטן אויטאָ. צוויי אַנדערע חסידים האָבן געניצט „וואַטסאַפּ‟, כּדי צו לאָזן זייערע פֿרײַנד וויסן, וווּ אין וויליאַמסבורג עס לויערט די פּאָליציי, וועלכע קאָנטראָלירן צי די אויטאָס פֿאָרן נישט צו גיך.
די חסידישע באַניצער זאָגן, אַז זייערע „וואַטסאַפּ‟־גרופּעס קאָנצענטרירן זיך בפֿרט אויף לאָקאַלע נײַעס. די גרופּעס זענען געווען ספּעציעל אַקטיוו נאָך דעם ווי דער סאַטמערער גרונט־סוחר מנחם שטאַרק איז פֿאַרכאַפּט און דערהרגעט געוואָרן אָנהייב־יאַנואַר. „מיר האָבן נישט געטאָרט הערן די נײַעס אויף דער ראַדיאָ, איז דאָס געווען דער הויפּטקוואַל, וווּ די מענטשן האָבן זיך דערוווּסט ווי ס׳האַלט,‟ האָט דערקלערט יוסף אָפּענהײַם, דער סאַטמערער אייגנטימער פֿון iShop, אַ קאָמפּיוטער־געשעפֿט און אינטערנעץ־קאַפֿע אין וויליאַמסבורג. „איך ווייס, אַז די עסקנים זענען זייער באַזאָרגט וועגן דעם.‟
„אַלץ וואָס זיי קענען נישט קאָנטראָלירן מאַכט זיי נערוועז,‟ האָט אַ וויליאַמסבורגער חסיד געזאָגט.
הגם דער באָראָ־פּאַרקער חסיד האָט געזאָגט, אַז ער נעמט נישט ערנסט אויף דעם אַרטיקל אין „דער בלאַט‟, האָט אָפּענהײַם באַמערקט, אַז די צײַטונג טראָגט גענוג כּוח אין דער קהילה, אַז עס וואָלט געקאָנט איבערצײַגן אַ טייל פֿון די חסידים זיך אַנטקעגנצושטעלן „וואַטסאַפּ‟.
איין חסיד האָט דערציילט, אַז געוויסע חסידים טראָגן איצט צוויי מאָבילקעס: איינער מיט אַ פֿילטער צו ווײַזן פֿאַר די אַדמיניסטראַטאָרן אין די סאַטמערער שולן, און אַ צווייטער — אָן אַ פֿילטער. ער אַליין האָט אַ קאָמפּיוטער אין דער היים מיט צוטריט צו דער אינטערנעץ אָבער ער רופֿט דעם קאָמפּיוטער אַ „מאַק‟. אַזוי, אויב מע פֿרעגט די קינדער אין שול, צי זיי האָבן אַ קאָמפּיוטער, וועלן די קינדער ענטפֿערן, אַז ניין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.