מיט אַ וואָך צוריק האָב איך זוכה געווען צו אַרבעטן בײַ אַ קאָנפֿערענץ פֿון אַ סבֿיבֿה-אָרגאַניזאַציע, וואָס רופֿט זיך: „פֿרײַנט פֿון דער ערד — מיטל־מיזרח‟. די אָרגאַניזאַציע ברענגט צונויף אַקטיוויסטן פֿון ישׂראל, דעם מערבֿ-ברעג און יאָרדאַניע, כּדי מיטצואַרבעטן און אַרומרעדן אַלץ וואָס איז שייך וואַסער.
עפּעס האָט זיך אַרויסבאַקומען פֿון דער קאָנפֿערענץ: אויב נישט מער וואַסער, האָט זיך כאָטש פֿאַרשטאַרקט דאָס פֿאַרשטענדעניש צווישן די באַטייליקטע וועגן דער וויכטיקייט פֿון וואַסער אין דעם גאַנצן ראַיאָן, באַזונדערס, אין פּאָליטיק און שלום.
דער ענין וואַסער אין ישׂראל איז גאָר אַ פֿאַרוויקלטער: די מקורים פֿון וואַסער שטימען נישט, ווי אויף צו־להכעיס, מיט די גרענעצן פֿון דער מדינה, און זי מוז זיך טיילן מיט איר וואַסער מיט די פּאַלעסטינער, יאָרדאַנער און אויך, אין אַ קלענערן מאָס, מיט סיריע און לבֿנון.
אָבער דאַנקען גאָט, פּראָדוצירט נאָך ישׂראל איר אייגן זיס וואַסער פֿונעם ים-וואַסער, און צוליב דעם, איז דער ענין פֿון טיילן זיך מיט די פּאַלעסטינער און די יאָרדאַנער געוואָרן אַ טעכנישער מער ווי אַ פּאָליטישער.
לעצטנס, האָבן אַלע דרײַ צדדים אונטערגעשריבן אַ וואַסער-אָפּמאַך. אָבער כּל-זמן ישׂראל קען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף סיריע, זי זאָל אַרײַנלאָזן אירע וואַסערן אין ירדן-טײַך, ווי אויך צוליב דעם צווייפֿלהאַפֿטיקן כאַראַקטער פֿון איר רעגירונג און דעם אומסטאַבילן מצבֿ בכלל, — וועט ישׂראל זיכער קיין מאָל נישט צולאָזן דעם געדאַנק פֿון צוריקגעבן דעם גולן, און די שאַנסן פֿאַר אַן אָפּמאַך וועלן בלײַבן אויפֿן זעלבן „נול‟ וואָס הײַנט.
ישׂראל איז דאָך נישט די גרעסטע פּראָבלעם פֿון סיריע, ווען עס קומט די רייד וועגן וואַסער. עטלעכע סיבות האָבן גורם געווען דעם איצטיקן, בלוטיקן קריג. עס איז אמת, וואָס דער „אַראַבישער פֿרילינג‟ און דאָס צבֿיעות פֿון סירישער „דעמאָקראַטיע‟ האָבן זיכער אין דעם געשפּילט אַ ראָלע. דער שטח פֿון „גרעסערער סיריע‟ האָט אויך אַ טראַדיציע פֿון רציחות. מע דאַרף אָבער אויך נישט פֿאַרגעסן, כאָטש צוליב די עטלעכע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ פֿון סיריע, וועגן דער געפֿערלעכער טרוקעניש, וואָס האָט געווירקט אויף דער סבֿיבֿה, נאָך דעם ווי דער „אַראַבישער פֿרילינג‟ האָט זיך אָנגעהויבן. סיריע האָט געליטן שוין יאָרן פֿון אַ טרוקעניש אין צפֿון, וואָס האָט גורם געווען, אַז אַ סך פּויערים האָבן פֿאַרלאָזט די דערפֿער און זיך באַזעצט אין די גרויסע שטעט.
די פּרײַזן פֿון עסן זײַנען געשטיגן. די אַסאַד-רעגירונג האָט זיך נישט באַמיט אַרויסצוהעלפֿן די געטראָפֿענע באַפֿעלקערונג, און אַז די רעוואָלוציע האָט אויסגעבראָכן, האָבן די רעבעלן געפֿונען, אָן איבעריקע שוועריקייטן, מענטשן וואָס זײַנען גרייט צו קעמפֿן אויף זייער זײַט ביזן טויט.
אינעם אַראַבישן גאָלף איז וואַסער נישט קיין ענין פֿון מלחמות, נאָר פֿון אַ מין אימפּעריאַליזם. דאָס עשירות פֿון נאַפֿט האָט דערלאָזט די באַפֿעלקערונג פֿון גאָלף צו וואַקסן זייער גיך אָן אַ פּראָפּאָרץ מיט וויפֿל וואַסער און אויסזיכטן פֿאַר אַגריקולטור דער טרוקענער קלימאַט שענקט זיי. אַוודאי, האָבן די גאָלף־לענדער געלייזט די פּראָבלעם מיט געלט: אויב די מדינות ווילן נישט „פּטרן‟ זייער זיס וואַסער אויף אַגריקולטור, אַנשטאָט צו ניצן דאָס פֿאַר מענטשלעכן-געברויך, דאַרפֿן זיי געפֿינען אַן אַנדער אָרט צו אַנטוויקלען זייער אַגריקולטור־ווירטשאַפֿט.
דאָס אָרט, וואָס זיי האָבן אויסגעקליבן, איז אַפֿריקע. די מדינות אָדער זייערע געשעפֿטן האָבן שוין געקויפֿט שטחים בײַ, צום ווייניקסטן, 20 אַפֿריקאַנער מדינות, אַרײַנגערעכנט עטלעכע לענדער, וועלכע נייטיקן זיך אַליין אין שפּײַז־הילף. נישט נאָר זײַנען די אַפֿריקאַנער בירגער בייז אויף זייערע רעגירונגען, וואָס פֿאַרקויפֿן דעם בעסטן שטח בשעת די באַפֿעלקערונג הונגערט, נאָר גאַנץ אָפֿט פֿאַרקויפֿט מען ערד, וואָס האָט נישט קיין אָפֿיציעלן אייגנטימער, אָבער איז גענוצט געוואָרן פֿון די דערבײַיִקע דערפֿער שוין דורות. זיי, די באַרויבטע, האָבן איצט קיין אַנדערע ברירה נישט, און מוזן אַרבעטן בײַ די גנבֿים.
איין גאָלף-מדינה האָט נישט קיין געלט צו קויפֿן ערד בײַ אַנדערע לענדער — תּימן. לויט די לעצטע אָנגאַבעס האָבן אַ העלפֿט פֿון די תּימנער נישט קיין ריין וואַסער צו טרינקען. אין ווייניקער ווי 10 יאָר אַרום וועט די הויפּט-שטאָט צענאַאַ נישט האָבן קיין טראָפּן וואַסער.
חוץ פֿון דער שנעל־וואַקסנדיקער באַפֿעלקערונג, איז דאָרט פֿאַראַן אַן אַנדער גרויסע פּראָבלעם. דהײַנו: כּמעט אַלע תּימנער זײַנען אַדיקטן צו אַ מילדן נאַרקאָטיק מיטן נאָמען „גאַט‟. די מדינה נוצט אויס 90% פֿון אירע רעסורסן פֿון זיסן וואַסער, און אַרום 40% גייט נאָר אויף צו באַגיסן גאַט. גאַט איז רעלאַטיוו שוואַך (ער איז אין גאַנצן לעגאַל אין ישׂראל); מען דאַרף קײַען אַ סך בלעטער, כּדי צו דערפֿילן זײַן רעאַקציע. די תּימנער באַצאָלן אַ הויכן פּרײַז פֿאַר זייער אַדיקציע — אַרום 4,000 מענטשן ווערן דערהרגעט יעדעס יאָר אינעם קאַמף איבער וואַסער און ערד, לויט די ידיעות פֿונעם תּימנישן אינערן־מיניסטעריום.
די סבֿיבֿה־אַקטיוויסטן פֿרעגן זיך, וויפֿל קען דער מענטשלעכער מין ממשיך זײַן צו וואַקסן, עס זאָל פֿאַר אים זײַן גענוג אַגריקולטור־שטח? אָבער אַ מער דרינגלעכע פֿראַגע איז: פֿון וואַנען וועלן מיר שעפּן גענוג ריין וואַסער, און וויפֿל מענטשן וועלן מוזן שטאַרבן ביז מע וועט געפֿינען אַן ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.