שפּעטער הײַיאָר, דעם 30סטן אָקטאָבער, וועל איך מאַכן אַ כּוסע, כּדי אָפּצומערקן אַ וויכטיקע דאַטע — 35 יאָר זינט כ‘האָב אָנגעגעבן די דאָקומענטן אַרויספֿאָרן מיט מײַן משפּחה פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. יענער טאָג האָט ראַדיקאַל געביטן מײַן לעבן, ווי אויך דאָס לעבן פֿון מײַן ווײַב און, אין לעצטן סך-הכּל, פֿון אונדזערע קינדער. צו מאָל טראַכט איך וועגן יענער צײַט און פּרוּוו פֿאַרשטיין זיך אַליין: וואָס האָט מיך אַ שטופּ געטאָן עס צו טאָן? פֿאַר וואָס האָט מײַן ווײַב מיך ניט אָפּגעשטעלט? זײַנען מיר געווען דרייסט אָדער נאַיִוו?
איך בין ניט אויסן זיך צו פֿאַרנעמען איצט מיט צעלייגן אויף די טעלער די מאָטיוון פֿון אונדזער באַשלוס; איך דערמאָן איצט דעם גאַנצן ענין, נאָר כּדי אָנצוּווײַזן אויף אַ גורם, וואָס האָט געשפּילט אַ גאַנץ ממשותדיקע ראָלע אין יענע טעג. איך מיין, די אָלימפּישע שפּילן אין מאָסקווע. מיר, ווי אויך אַ סך אַנדערע לײַט, וואָס זײַנען לסוף געוואָרן „רעפֿוזניקעס‟, האָבן דאָך געגלייבט, אַז מע וועט אונדז אַרויסלאָזן ערבֿ דער אָלימפּיאַדע, כּדי זיך אויספֿײַנען פֿאַר דער מערבֿדיקער וועלט. צום באַדויערן, האָבן מיר ניט געקענט פֿאָרויסזען, אַז די סאָוועטישע אַרמיי וועט אַרײַנגיין אין אַפֿגאַניסטאַן, און דאָס וועט שטאַרק און אויף לאַנג אָפּסמען די באַציִונגען מיט מערבֿ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס, ווי עס ווײַזן אייניקע היסטאָריקער, האָבן די סאָוועטישע מנהיגים סײַ-ווי-סײַ געטראַכט וועגן באַגרענעצן די עמיגראַציע.
איך געדענק גוט די טעג פֿון דער מאָסקווער אָלימפּיאַדע. די שטאָט איז געווען פֿאַרמאַכט. סתּם אַזוי האָט מען ניט געקענט קומען. אין די געשעפֿטן זײַנען די רייען געוואָרן קירצער, און עס האָבן זיך באַוויזן מאכלים, וועלכע מיר האָבן קיין מאָל פֿריִער ניט געזען. אויף וויפֿל איך געדענק, האָט מען אַ סך מציאות געבראַכט פֿון פֿינלאַנד. הקיצור, האָבן מיר, די מאָסקווער, געלעבט אַ טאָג, אָדער, פּינקטלעכער, אַ פּאָר וואָכן. דערווײַל האָט מען אונדז ניט אַרויסגעלאָזט פֿון דעם דאָזיקן „גן-עדן‟. קוק איך אויף דער איצטיקער אָלימפּיאַדע, וואָס עפֿנט זיך אין סאָטשי דעם 6טן פֿעברואַר, דורך דער פּריזמע פֿון מײַן דערפֿאַרונג אין יאָר 1980.
אַזוי ווי דעמאָלט, האָט מען אין דער אָלימפּישער אינפֿראַ־סטרוקטור אַרײַנגעלייגט זייער גרויסע געלטער. אָבער מע קען זאָגן, אַז מע האָט עס דעמאָלט געמאַכט מיט מער שׂכל. מאָסקווע האָט נאָך איצט די בנינים, וועלכע זײַנען אויסגעוואַקסן אין יענער צײַט. און עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז געמאַכט האָט מען עס רויִקער, ווי מע טוט עס הײַנטיקע טעג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז מע האָט ניט געגנבֿעט אַזוי פֿיל ווי איצט; דעמאָלט איז פּשוט ניט געווען קיין מעגלעכקייט אַזוי צו גנבֿענען. מע טענהט, אַז די רייד גייט אין בעסטן פֿאַל וועגן ביליאָנען, און אפֿשר אַפֿילו צענדליקער ביליאָנען, וואָס האָבן זיך צוגעקלעפּט צו אייניקע הענט.
די צוגרייטונג האָט בולט געוויזן, ווי רוסלאַנד איז אָפּגעשוואַכט און, אין אַ גרויסער מאָס, אומבאַהאָלפֿן. וולאַדימיר פּוטין אַליין האָט געמוזט טאָגן און נעכטיקן אין סאָטשי, קאָנטראָלירן דאָרטן כּלערליי קלייניקייטן. אַ סבֿרא, אַז אָן דעם וואָלט מען פּשוט ניט באַוויזן דאָס אַלץ אויפֿצובויען (כאָטש זשורנאַליסטן שרײַבן שוין און ווײַזן די האַלב-געבאַקענע האָטעלן, אין וועלכע זיי מוזן וווינען). איך געדענק, ווי מע האָט געגרייט די אָלימפּישע שפּילן אין לאָנדאָן. די פֿירער פֿונעם לאַנד פֿלעגן איין מאָל אין פּורים זיך באַווײַזן אין דעם קאָנטעקסט פֿון דער צוגרייטונג. פּוטין, ווי אויך זײַן שותּף, מעדוועדיעוו, דער פּרעמיער-מיניסטער, און אַנדערע העכערע אָנגעשטעלטע זײַנען ממש געוואָרן אַ טייל פֿון דער לאַנדשאַפֿט אין סאָטשי.
און דאָ האָט די וועלט פּלוצעם (!) זיך געכאַפּט, אַז די שפּילן וועלן דורכגיין אין אַן אָרט, וואָס איז בשכנות מיט די הייסע געגנטן, וווּ דער מוסולמענישער טעראָריזם איז זייער שטאַרק. אין דער מעדיאַ זײַנען אַרויסגעשוווּמען אימאַזשן פֿון די אַזוי גערופֿענע „שוואַרצע אַלמנות‟, וואָס זײַנען גרייט זיך אויפֿרײַסן און דערמיט פֿאַרדינען אַ „זיס ערטל‟ אין זייער אויסגעחלומטן גן-עדן. פֿאַר זיי, די טעראָריסטן, שאַפֿן די שפּילן אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט צו דערמאָנען דער וועלט, אַז זיי עקזיסטירן.
די סכּנה איז גרויס. נו, גוט, וועט מען פֿאַרמאַכן (מע האָט שוין פֿאַרמאַכט) סאָטשי גופֿא אַזוי, אַז קיין פֿויגל וועט אַהין זיך ניט דורכרײַסן אָן אַן אָפֿיציעלער דערלויבעניש. אָבער מע קען דאָך ניט איזאָלירן אַזוי דאָס גאַנצע לאַנד, בפֿרט פֿון אייגענע טעראָריסטן. אַ צאָל נאַציאָנאַלע מאַנשאַפֿטן האָבן שוין באַקומען סטראַשונקעס. אַמעריקע האָט אַפֿילו צוגערוקט נעענטער צום שוואַרצן ים אַ פּאָר מיליטערישע שיפֿן. אמת, ס‘איז ניט אינגאַנצן קלאָר, ווי אַזוי אַ שיף קען צוניץ קומען טאָמער עפּעס וועט, חלילה, געשען. שיקן פֿון דאָרטן אַן עראָפּלאַן? און פֿון איסטאַמבול צי פֿון טביליסי, אַ שטייגער, האָט מען עס ניט געקענט טאָן?
עס בלײַבט נאָר צו האָפֿן, אַז אַלץ וועט פֿון דעסטוועגן דורכגיין רויִק, אָן קרבנות. אָבער סײַ-ווי לאָזט ניט אָפּ דער געדאַנק, אַז עפּעס האָט מען געמאַכט אָן שׂכל, אַז מע האָט פּשוט אונטערגעשפּילט די קיניגלעכע, מעגאַלאָמאַנישע קאַפּריז פֿון וולאַדימיר פּוטין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.