דעם 1טן און 2טן פֿעברואַר זענען פֿאָרגעקומען אינעם באַרימטן האָטעל „לוטעסיאַ‟ אין פּאַריז די יערלעכע באַגעגענישן: „ביכער פֿון ייִדישע וועלטן‟ און „דיאַלאָגן פֿון די תּפֿוצות‟. דער הויפּט־איניציאַטאָר פֿון די באַגעגענישן איז די געזעלשאַפֿט פֿאַרן לערנען ייִדישקייט ווי אַ קולטור — AEJC. זייער ציל איז צו דערנענטערן יונגע ייִדן צו דער ייִדישער קולטור, און זיי צו דערמעגלעכן צו בויען זייער ייִדישע אידענטיטעט דורך וויסן. זייער צוגאַנג איז אַ וועלטלעכער, און זיי פֿאַרנעמען זיך אי מיט דער ייִדישער געשיכטע, אי מיט אַקטועלע פֿראַגעס.
די באַגעגענישן אין האָטעל „לוטעסיאַ‟ עקזיסטירן שוין זינט 2008, און ציִען צו אַ גרויסן עולם. אויפֿן טייל „ביכער פֿון ייִדישע וועלטן‟ ווערן אַלע מאָל פֿאַרבעטן אויטאָרן וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישן געדאַנק אין כּל־המינים געביטן ווי, למשל, פּסיכאָלאָגיע, פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע, הומאָר, און קינאָ. דער צווייטער טייל, „דיאַלאָגן פֿון די תּפֿוצות‟, צילעוועט צונויפֿצוברענגען מיטגלידער פֿון די פֿאַרשיידענע תּפֿוצות, וואָס לעבן אין פֿראַנקרײַך — ייִדן, אַפֿריקאַנער, כינעזער, און אַנדערע — און צו שאַפֿן אַ דיאַלאָג אַרום זייערע בשותּפֿותדיקע דערפֿאַרונגען.
הײַיאָר איז ייִדיש געווען אין מיטלפּונקט בײַם אָנהייב און בײַם סוף פֿון דער פּראָגראַם. די ייִדיש־זינגערין לויקע טשאַקיס (Lloica Czackis) האָט געגעבן דעם דערעפֿענונג־קאָנצערט שבת אין אָוונט. לויקע קומט פֿון אַרגענטינע, אָבער וווינט אין פֿראַנקרײַך זינט 2004. זי האָט שטודירט קלאַסישע מוזיק אין בוענאָס־אײַרעס און לאָנדאָן, און שפּעטער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישער מוזיק, באַזונדערש, מיט טאַנגאָס. זי האָט אַ רײַכן רעפּערטואַר פֿון ייִדישע טאַנגאָס, טיילווײַז, אומבאַקאַנטע לידער, וואָס זי האָט געפֿונען בעת אירע פֿאָרשונגען. זי האָט זיך אַליין באַגלייט אויף דער גיטאַרע.
די פּראָגראַם האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ הומאָריסטישער באַגעגעניש מיט זשאַקלין און דוד קורץ (Jacqueline and David Kurc), וואָס וועגן זייער צוויישפּראַכיק בוך „ייִדישע וויצן‟ האָבן מיר שוין דערציילט אויפֿן „פֿאָרווערטס־קול‟.
אַחוץ דעם, זענען געקומען אויך אַנדערע זייער אינטערעסאַנטע געסט. דער ישׂראלדיקער שרײַבער מאיר שלו האָט גערעדט מיט דער פֿאָרשערין מישעל טאַובער (Michèle Tauber ) וועגן רעאַליעס און פֿאַנטאַזיע אין זײַנע ווערק, און דער עיקר, וועגן זײַן בוך „מײַן רוסישע באָבע און איר אַמעריקאַנער שטויבמאַשין‟, וואָס איז לעצטנס אַרויס אויף פֿראַנצייזיש בײַם פֿאַרלאַג „גאַלימאַר‟.
דער מוזיקאָלאָג הערווע ראָטען (Hervé Roten), וואָס איז אויך דער דירעקטאָר פֿונעם פֿראַנצייזישן צענטער פֿאַר ייִדישער מוזיק, האָט געגעבן אַן אַרײַנפֿיר צו ייִדישער מוזיק, וואָס ער האָט באַגלייט מיט אויסצוגן פֿון די ווערק.
אַנדערע באַגעגענישן זענען געווען אַרום די טעמעס „פֿרויען און ייִדישקייט‟, „ייִדן און מוסולמענער‟, און „צו ווערן זיך אַליין‟.
סוף יאַנואַר האָט מען דערעפֿנט אינעם דריטן אַראָנדיסמענט אין פּאַריז אַן אויסשטעלונג וועגן די דעפּאָרטירטע ייִדישע קינדער פֿון דעם קוואַרטאַל, וווּ עס פֿלעגן אַ מאָל וווינען אַ סך ייִדן.
די טאָוולען הענגען אין דרויסן אויף דער גאַס, כּדי די פֿאַרבײַגייער זאָלן זיי קענען זען, ווײַל נישט תּמיד האָט מען די מעגלעכקייט ספּעציעל גיין אויף אַן אויסשטעלונג זיך צו דערוויסן דערפֿון. דער געדאַנק איז גאָר אַ שיינער, נאָר צום באַדויערן, האָט מען די טאָוולען נאָר פֿיר טעג נאָך דער דערעפֿענונג שוין וואַנדאַליזירט. דער שטאָט־ראַט פֿונעם דריטן אַראָנדיסמענט האָט געלאָזט וויסן, אַז זיי באַדויערן גאָר שטאַרק אַזעלכע אַרויסווײַזן פֿון שׂינאה, און אַז זיי וועלן בשום־אופֿן נישט אַוועקנעמען די טאָוולען.
דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון דער ישׂראלדיקער קונסט־שול „תּלמה ילין‟ איז געקומען קיין פֿראַנקרײַך אויף צוויי באַזונדערע קאָנצערטן: מיטוואָך דעם 12טן פֿעברואַר און זונטיק דעם 16טן. דער אָרקעסטער נעמט אַרײַן 80 יונגע מוזיקער אין דער עלטער פֿון 11 ביז 18 יאָר. צווישן אַנדערע ווערק, וועלן זיי אויך שפּילן דרײַ „פֿריילעכס‟ פֿון אריה לבנון און אַ קאָנטשערטאָ פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן. דער דיריגענט איז גיא פֿעדער,
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.