ווער עס זעט די פֿילמען וואָס קומען אַרויס פֿון האָליוווּד ווייסט, אַז די אַמעריקאַנער זײַנען פֿאַרכאַפּט מיט פֿאַנטאַזיעס וועגן דעם סוף פֿון דער וועלט. יעדן זומער זעט מען אויפֿן גרויסן עקראַן, ווי אונדזער וועלט ווערט צעשטערט דורך עפּעס אַ שרעקלעכער מגפֿה, וואָס קעגן איר האָט אונדזער מעדיצין ניט קיין כּוח, און וואָס מאַכט אונדז אַלעמען פֿאַר „זאָמביס‟; דורכן אויסבראָך פֿון אַ ריזיקן וווּלקאַן, וואָס פֿאַרשיט די וועלט מיט אַש און פֿײַער און לעשט אויס די זון; דורך אַן עקאָלאָגישער קאַטאַסטראָפֿע, וואָס פֿאַרגיכערט די גלאָבאַלע אָנוואַרעמונג, צעשמעלצט דאָס אַרקטישע אײַז, און טראָגט אַוועק די מענטשהייט מיט אַ צווייטן מבול; דורך אַן אַסטעראָיִד פֿון הימל, וואָס צעטראַסקעט די ערד אויף פּיץ־פּיצלעך; דורך אַן אויסערערדישער ראַסע פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט, וואָס פֿאַרמאָגט אַ מער אַוואַנסירטע טעכנאָלאָגיע און וויל פֿאַרכאַפּן אונדזער וועלט פֿאַר זיך; אָדער דורך דעם, אַז די ערד עקספּלאָדירט — צוליב עפּעס אַ סיבה, וואָס ווערט ניט גענוי דערקלערט…
ווי אַזוי די וועלט זאָל זיך ניט ענדיקן, ווילן מיר, אַ פּנים, אַז עס זאָל געשען אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן. דאָס וואָס די וויסנשאַפֿטלער זאָגן — אַז אין 5 ביליאָן יאָר אַרום וועט אונדזער זון ווערן אַ „רויטער ריז‟ און אײַנשלינגען די ערד אין איר פֿײַערדיקן בוזעם, און אַז לאַנג פֿאַר דעם וועט די ערד ווערן צו הייס, אַז עפּעס זאָל קענען לעבן אויף איר — באַפֿרידיקט ניט אונדזער כּוח־הדמיון. מענטשן האָבן ניט קיין געדולד צו וואַרטן, אַז די וועלט זאָל זיך ענדיקן פֿון זיך אַליין — פּאַמעלעך און לאַנגווײַליק. דאָס איז קלאָר ניט בלויז פֿון אונדזערע הײַנטיקע פֿילמען, נאָר אויך פֿון אַ סך אַלטע רעליגיעס אונדזערע, וואָס דערציילן גאָר פּרטימדיק, ווי אַזוי אַלץ וועט אונטערגיין.
אָבער ניט אַלע רעליגיעס, פֿאַרשטייט זיך. אַמאָליקע צײַטן האָבן ס’רובֿ פֿעלקער געגלייבט, אַז די וועלט האָט ניט קיין אָנהייב און ניט קיין סוף, נאָר זי באַנײַט זיך כּסדר, אַזוי ווי די נאַטור, אין אַן אייביקן ציקל פֿון די צײַטן פֿון יאָר: נאָך יעדן ווינטער קומט אַ נײַער פֿרילינג. מיר ייִדן האָבן אין אַ געוויסן זינען געשאַפֿן דעם הײַנטיקן באַגריף פֿון היסטאָרישער צײַט, אַז די צײַט רוקט זיך כּסדר פֿאָרויס פֿון איין פּונקט צו אַ צווייטן, און די מענטשהייט גייט אַדורך באַזונדערע תּקופֿות. די וועלט האָט אַן אָנהייב, ווען דער באַשעפֿער האָט זי באַשאַפֿן; ס’איז געווען אַ צײַט ווען אָדם און חוה האָבן געמאַכט אַ לעבן אין גן־עדן; אַ צײַט ווען אַבֿרהם אָבֿינו האָט דערקענט דעם רבונו־של־עולם; אַ צײַט ווען ייִדן האָבן געדינט פּרעה אין מצרים; אַ צײַט נאָכן ערשטן חורבן און נאָכן צווייטן חורבן אאַז”וו. אין יעדער תּקופֿה איז די ווירקלעכקייט אַ ביסל אַן אַנדערע און עס גילטן אַנדערע געזעצן: פֿאַר מתּן־תּורה האָבן ייִדן געלעבט אַ גוטן טאָג, נאָך מתּן־תּורה — טראָגן זיי דעם שווערן עול פֿון תּרי”ג מיצוות. און די געשיכטע האָט אויך אַ סוף: עס וועט אויסברעכן מלחמת־גוג־מגוג, די וועלט וועט זיך איבערקערן, מע וועט בלאָזן אינעם שופֿר של משיח, און די ייִדן וועלן זיך אַריבערפּעקלען קיין ארץ־ישׂראל.
אין דער מערבֿ־וועלט האָט דער ייִדישער באַגריף פֿון היסטאָריע זיך פֿאַרשפּרייט דורך די אַנדערע אַ”ג „אַבֿרהמישע‟ רעליגיעס — דער קריסטלעכקייט און דעם איסלאַם. ספּעציעל די קריסטן האָבן אויפֿגעכאַפּט און אויסגעאַרבעט דעם מאָטיוו פֿון ימות־המשיח און דעם סוף פֿון דער וועלט. בײַ זיי איז פֿאַראַן אַ גאַנצע ליטעראַטור און מוזעען פֿול מיט קונסטווערק וועגן דעם, ווי יויזל וועט זיך אומקערן אַהער און זיך שלאָגן מיטן „אַנטי־כריסט‟, וועגן די פֿיר „רײַטער פֿונעם אַפּאָקאַליפּסיס‟, וואָס רײַטן אויף ווײַסע, רויטע, שוואַרצע און בלאַסע פֿערד און ברענגען נצחון, מלחמה, הונגער און טויט. אין דער „אַנטפּלעקונג פֿון יוחנן‟ רעדט זיך וועגן אַ פּיפּערנאָטער און וועגן נאָך צוויי „בעסטיעס‟. איינע, וואָס קומט אַרויס פֿון ים, האָט די פֿיס פֿון אַ בער און דעם פּיסק פֿון אַ לייב, „מיט זיבן קעפּ און צען הערנער, און אויף יעדן האָרן צען קרוינען, און אויף זײַנע קעפּ שטייט דער נאָמען פֿון פֿאַרשוועכונג‟. די צווייטע בעסטיע קומט אַרויס פֿון דער ערד, האָט „צוויי הערנער ווי אַ שאָף‟, רעדט „ווי אַ פּיפּערנאָטער‟, און ברענגט פֿײַער אַראָפּ פֿון הימל.
די מוסלמענער גלייבן אויך אין אַזאַ בעסטיע. זייערס האָט דעם קאָפּ פֿון אַן אָקס, די אויגן פֿון אַ חזיר, די אויערן פֿון אַ העלפֿאַנד, די הערנער פֿון אַ הירש, דעם האַלדז פֿון אַ שטרויס, די ברוסט פֿון אַ לייב, די פֿאַרב פֿון אַ טיגער, די היפֿטן פֿון אַ קאַץ, דעם וויידל פֿון אַ ווידער, און די פֿיס פֿון אַ קעמל. „צווישן זײַנע געלענקען איז אַ מהלך פֿון צוועלף איילן‟ — ד”ה 5.5 מעטער, אָדער 18 פֿוס. די איסלאַמישע בעסטיע וועט מוסרן די אומגלייביקע און זיי שלאָגן אין פּנים מיט משהס שטעקן; און בײַ זיי אויפֿן שטערן וועט שטיין געשריבן „באַשטימט פֿאַר גיהנום‟. די גלייביקע, ווידער, וועט זי אָפּשטעמפּלען מיט שלמהס חותם־רינגל „באַשטימט פֿאַר גן־עדן‟ — ווי אַ געטלעכער פּאָסטמײַסטער.
אַזעלכע באַשרײַבונגען זײַנען אַוודאי אַ וווּנדערלעכע אינספּיראַציע פֿאַר קינסטלער. ספּעציעל די קריסטלעכע מאָלער אין מיטל־עלטער האָבן ליב געהאַט צו פּרעזענטירן די פֿיר „רײַטער פֿונעם אַפּאָקאַליפּסיס‟ און די סצענע פֿונעם יום־הדין, ווי די מלאכים באַגלייטן די צדיקים אַרויף אין הימל, בשעת די ניט־גוטע צוזאַמען מיט פֿאַרשיידענע שלאַנגען און מאָנסטערס שלעפּן די זינדיקע אַראָפּ דורכן מויל פֿון גיהנום. אויך פֿאַרן הײַנטיקן מוזיי־באַזוכער איז דאָס אַ סך אינטערעסאַנטער צו זען, איידער נאָך אַ בילד פֿון מרים דער בתולה מיט איר ייִנגעלע אויפֿן שויס.
פֿאַקטיש זײַנען די פֿאַנטאַזיעס פֿון וועלט־אונטערגאַנג ניט קיין געזונטע פֿאַר דער מענטשהייט. ווער עס גלייבט, אַז אָט־אָט ענדיקט זיך אַלצדינג נעמט ניט אויף זיך דאָס אַחריות פֿאַרן מאָרגן, וואָס וועט סײַ ווי ניט קומען. ער לאָזט איבער די אַרבעט און טוט תּשובֿה פֿאַר זײַנע זינד, בשעת זײַן הויז ברענט. איין סיבה, פֿאַר וואָס די רעפּובליקאַנער זאָרגן זיך ניט צו פֿיל וועגן דער נאַטירלעכער סבֿיבֿה איז דער קריסטלעכער גלויבן, אַז יויזל שטייט שוין בײַ דער טיר, און ער וועט אַליין אַרויסטראָגן אונדזער מיסט. וואָס דאַרפֿן מיר זיך זאָרגן?
די וועלט וועט זיך טאַקע ענדיקן, אָבער ווי דער דיכטער ט. ס. עליאָט האָט געשריבן: „ניט מיט אַ קנאַל, נאָר מיט אַ ווימפּערניש‟. די צײַט וועט זיך ציִען לאַנג, לאַנג ווי דער ייִדישער גלות — און דערווײַל דאַרפֿן מיר מאַכן אַ ביסל סדר בײַ אונדז אין שטוב. אַנדערש וועלן מיר אפֿשר דאַרפֿן וואַרטן גאַנצע 5 ביליאָן יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.