מיסטעריעזע גריכישע סטאַטוע אין עזה

Mystery of Ancient Greek Statue in Gaza

די געפֿונענע סטאַטוע פֿון אַפּאָלאָן
Ebay
די געפֿונענע סטאַטוע פֿון אַפּאָלאָן

פֿון רויטערס

Published February 11, 2014, issue of February 28, 2014.

אַ זעלטענע בראָנדזענע סטאַטוע פֿונעם גריכישן גאָט אַפּאָלאָן האָט זיך נישט לאַנג צוריק באַויזן אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן אין עזה־פּאַס. די בשׂורה וועגן דעם אומגעוויינטלעכן אַרטעפֿאַקט האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס צווישן די אַרכעאָלאָגן. די פּאָליציי פֿון „כאַמאַס‟ האָט זי אָבער תּיכף קאָנפֿיסקירט, און דערווײַל נישט געזאָגט, ווען מע וועט דערלאָזן די וויסנשאַפֿטלער אויסצופֿאָרשן די סטאַטוע און וווּ וועט מען זי אויסשטעלן. אַן אָרטיקער פֿישער האָט דערציילט, אַז מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין אויגוסט, האָט ער אַרויסגעשלעפּט דעם 500־קילאָגראַמיקן מאָנומענט פֿונעם ים־דנאָ, און געבראַכט עס אַהיים מיט דער הילף פֿון אַן אייזל־וועגעלע. צוערשט האָט ער נישט געוווּסט, אַז ער האָט געפֿונען עפּעס וויכטיקס; אַ צאָל אַנדערע מענטשן, וועלכע האָבן דערזען זײַן געפֿינס, האָבן אים געגעבן אַן עצה צו פֿאַרקויפֿן עס אויף דער וועבזײַט EBay. דער פֿישער האָט געבעטן פֿאַר דער סטאַטוע אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר — אַ סך ווייניקער, ווי איר עכטע ווערט. די „כאַמאַס‟־פּאָליציי האָט באַמערקט דעם צווייפֿלהאַפֿטיקן פֿאַרקויף און קאָנפֿיסקירט דעם אוראַלטן מאָנומענט.

די אַרכעאָלאָגן האָבן דערזען בלויז אַ פּאָר אומגעלונגענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער סטאַטוע; אַ דירעקטן צוטריט האָבן זיי נאָך נישט באַקומען. ס׳זעט אויס, אַז דאָס אוניקאַלע ווערק איז, צום ווייניקסטן, 2,000 יאָר אַלט. זשאַן־מישעל די טאַראַגאָן, אַ היסטאָריקער פֿונעם „פֿראַנצויזישן אַרכעאָלאָגישן אינסטיטוט‟ אין ירושלים, האָט געשילדערט די סטאַטוע ווי אַ „פּרײַזלאָזיקע‟ און פֿאַרגליכן זי מיט דער „מאָנאַ ליזאַ‟. ס׳רובֿ אָפּגעהיטע אוראַלטע קונסט־ווערק זענען שטיינערנע, גאָר זעלטן מעטאַלענע.

די טאַראַגאָן איז זיך משער, אַז מע האָט געפֿונען די סטאַטוע פֿונעם גריכישן גאָט נישט אינעם ים, ווי דער געפֿינער האָט געמאָלדן, נאָר אויסגעגראָבן זי פֿונעם טרוקענעם זאַמד. אין וואַסער וואָלט זי זיך נישט געקאָנט אַזוי גוט אָפּהיטן. דער פֿישער, זשודאַט גראַב, אַ 26־יאָריקער טאַטע פֿון צוויי קינדער, באַטאָנט אָבער, אַז ער האָט זי טאַקע געפֿונען אינעם ים, בערך 100 מעטער פֿונעם ברעג, נישט ווײַט פֿון דער עגיפּטישער גרענעץ.

אין זײַן שמועס מיט „רויטערס‟, האָט גראַב געזאָגט, אַז ווען ער האָט באַמערקט אינעם וואַסער עפּעס אַ גרינלעך־ברוינעם אָביעקט, וואָס זעט אויס ווי אַ מענטשלעכער גוף, האָט ער, צוערשט, געטראַכט, אַז ס׳איז אַ דערטרונקענער מת. ווען ער האָט דערזען, אַז ס׳איז אַ סטאַטוע, האָט ער עס אָנגענומען ווי „אַ מתּנה פֿון גאָט‟.

די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן אין עזה־פּאַס האָבן געזאָגט „רויטערס‟, אַז זיי וועלן נישט דערלאָזן דעם ברייטן עולם זען דעם אוראַלטן אַרטעפֿאַקט, כּל־זמן די פּאָליציי וועט נישט פֿאַרענדיקן די קרימינעלע אויספֿאָרשונג פֿונעם פּרוּוו צו פֿאַרקויפֿן זי אויף דער אינטערנעץ. אַכמעד אַל־בורש, דער דירעקטאָר פֿונעם אַרכעאָלאָגישן אָפּטייל פֿום עזהר מיניסטעריום פֿון טוריזם, האָט באַשטעטיקט, אַז די סטאַטוע איז געפֿונען געוואָרן אינעם ים און צוגעגעבן, אַז גראַב וועט באַקומען אַ באַלוינונג פֿאַר זײַן געפֿינס. בורש האָט דערקלערט, אַז אַ צאָל אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס האָבן שוין געשמועסט וועגן דער צוקונפֿטיקער רעסטאַווראַציע פֿון דעם סטאַטוע און האָפֿן זי אויסצושטעלן אויף אַ ווײַל אין וועלט־באַרימטע מוזייען.