די באָסטאָנער „ווילנער שיל‟

Vilna Shul in Boston

די באָסטאָנער „ווילנער שיל‟
Menachem Wecker
די באָסטאָנער „ווילנער שיל‟

פֿון מנחם וועקער (Forward)

Published February 11, 2014, issue of February 28, 2014.

די היסטאָרישע „ווילנער שיל‟ אין באָסטאָן שטייט צווישן די שמאָלע געסלעך, באַצירט מיט רייען פֿון ביימער און פּרעכטיקע לעמפּ אינעם שיינעם ראַיאָן ביקאָן־היל. דער שיל־בנין הינטער אַ צוים מיט אַ מגן־דוד זעט נישט אויס צו אינטערעסאַנט פֿון אויסווייניק. דער אינטעריער איז אָבער גאַנץ אינטערעסאַנט.

שמואל גרובער, אַ קענער פֿון דער שטאָטישער היסטאָרישער ירושה, אַ קאָנסולטאַנט און אַ פֿאָרשער, האָט געזאָגט, אַז די אַלטע שיל איז כּמעט אומבאַקאַנט, ווײַל זי האָט קיינמאָל נישט באַקומען אַזאַ פּירסום, ווי די ניו־יאָרקער שיל אויף עלדרידזש־סטריט. גרובער, דער מחבר פֿון אַ בוך וועגן דער אַרכיטעקטור פֿון די אַמעריקאַנער שילן, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 2003, האָט דערקלערט, אַז אַפֿילו צווישן ייִדן זענען גוט באַקאַנט, אַחוץ דעם דערמאָנטן אָרט אין ניו־יאָרק, בלויז צוויי אַנדערע בתּי־תּפֿילה: די „טוראָ־סינאַגאָגע‟ אין ניופּאָרט און „בית־שלום‟ אין עלקינס־פּאַרק, פּענסילוועניע.

הגם איך בין אויפֿגעוואַקסן אין ברוקלין, האָב איך קיינמאָל נישט געהערט וועגן דער „ווילנער שיל‟ און האָב זיך מיט איר באַקענט אַ דאַנק גרובערן און דעם דירעקטאָר באַרנעט קעסעל, וועלכער האָט מיר געוויזן די שיל, געשאַפֿן אינעם יאָר 1919 דורכן ייִדישן אַרכיטעקט מאַקס קאַלמאַן.

די בימה שטייט אינעם צענטער פֿון דער שיל. אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדישע קהילות איז אַזאַ מינהג נישט באַקאַנט. די ווענט זענען באַצירט מיט אַן אומגעוויינטלעכער סעריע פֿענצטער, וועלכע טראָגט אַ פּראַקטישע פֿונקציע און אַ סימבאָלישן באַדײַט. אויף דער מערבֿדיקער וואַנט פֿון עזרת־נשים געפֿינט זיך אַ געמעל פֿון רחלס קבֿר און מערת־המכפּלה. דער שענסטער טייל איז, מסתּמא, דער פּרעכטיקער באַצירטער אָרון־קודש.

די שיל האָט זיך פֿאַרמאַכט אינעם יאָר 1985. די פֿאָרשערין רחל גראָס גיט איבער, אַז יענעם יאָר איז מענדל מילער, דער 87־יאָריקער פּרעזידענט, באַרויבט געוואָרן, ווען ער האָט זיך צוגרייט צו די ימים־נוראָימדיקע תּפֿילות. דער אָנפֿאַל האָט אים ענדגילטיק איבערגעצײַגט צו פֿאַרמאַכן די שיל. הײַנט, האָט די שיל בלויז 3 מיטגלידער.

אינעם יאָר 1989, האָט מען דורכגעפֿירט אַ ממשותדיקן רעמאָנט פֿונעם בנין; אין 2000, האָט מען רעסטאַוורירט די געמעלן אין דער עזרת־נשים. קעסעל האָט איבערגעגעבן, אַז מע פּלאַנירט דורכצופֿירן די רעסטאַווראַציע ווײַטער, כּדי די שיל זאָל אויסזען ווי אינעם יאָר 1919, ווען זי האָט זיך ערשט געעפֿנט.