איך האָב פֿון לאַנג געקליבן זיך אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל אויף דער טעמע „נאַציאָנאַלער פּאָעט‟. איצט, ווען גענאַדי עסטרײַך האָט אין „פֿאָרווערטס‟ („ווײַטער‟) אין זײַן דיסקוסיע מיט שלום בערגערן געשטעלט די פֿראַגע: „איז אַבֿרהם סוצקעווער דער נאַציאָנאַלער פּאָעט?‟ — וויל איך אויך זאָגן אַ פּאָר ווערטער.
כ’וועל אָנהייבן פֿון דעם זאַץ, מיט וועלכן מײַן פֿרײַנד עסטרײַך פֿאַרענדיקט זײַן אַרטיקל: „…שלום בערגער האָט אָנגערירט אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע, וואָס אַנטפּלעקט די טרויעריקע לאַגע פֿון אונדזער קולטור‟. וויל איך אונטערשטרײַכן: ערשטנס, די לאַגע איז ניט אַזאַ טרויעריקע, ווײַל אי יצחק באַשעוויס־זינגערס ווערק, אי די ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, זעצט מען איבער אין פֿיל לענדער אויף פֿרעמדע שפּראַכן; מע לייענט זיי, אַ סך און אַ סך מערער ווי די ביכער פֿון די נאַציאָנאַלע, העברעיִשע שרײַבער: ש. עגנון און ח. נ. ביאַליק.
צווייטנס, אויב רעדן וועגן ישׂראל, איז דאָ די לאַגע מיט דער ייִדיש־קולטור קיין מאָל ניט געווען קיין פֿריילעכע, קיין פֿויגלדיקע. דריטנס, ישׂראל פֿאַרטרעט ניט די גאַנצע ייִדישע נאַציע — בלויז אַ טייל; צווישן אָט דעם טייל זײַנען דאָ ניט ווייניק פֿאַרברענטע אַנטי־ייִדישיסטן, וואָס פֿאַר זיי איז אַ גראַפֿאָמאַן, וועלכער שרײַבט אויף עבֿרית, מער נאַציאָנאַל פֿון אַ נאָבל־לאַורעאַט, וואָס האָט געשאַפֿן אויף ייִדיש!
דאָס וואָס מע לערנט ניט אין די ישׂראלדיקע שולן סוצקעווערן, צי מאַנגערן, צי לייוויקן, איז עס אַ צרה פֿאַר ישׂראל! צוריק גערעדט, אויב פֿאַר אונדז איז איציק מאַנגער אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט איז וועמען דאַרף אינטערעסירן די מיינונג פֿון דעם ישׂראלדיקן בילדונג־מיניסטעריום, פֿון די ישׂראל־לערער? אַז יצחק באַשעוויס־זינגער איז ניט געוואָרן „באַקרוינט אין ישׂראל ווי אַ נאַציאָנאַלער קינסטלער‟, הערט ער דען אויף צו זײַן אַזעלכער פֿאַר אונדז, ליבהאָבער פֿון ייִדיש, און פֿאַר דער גאַנצער ליטעראַרישער וועלט? פֿאַרלירט ער דען זײַן גרויסקייט? פֿאַרלויזן האָט מדינת־ישׂראל. איז וועמען קאָן מען יאָ באַקרוינען מיטן טיטל „ייִדיש־נאַציאָנאַלער פּאָעט‟?
קיין גלײַכן, קלאָרן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע האָב איך ניט געפֿונען. יעדער פֿאָרשער, ליטעראַטור־קריטיקער האָט וועגן דעם, זײַנע קריטעריעס. לויט עסטרײַכן איז אַבֿרהם סוצקעווער ניט קיין נאַציאָנאַלער פּאָעט, ווײַל אַ סך ישׂראלים „האָבן וועגן אים קיין מאָל ניט געהערט‟. און אויב אַ סך אין רוסלאַנד, למשל, האָבן יאָ געהערט וועגן דעם באַוווּסטן רוסישן פּאָעט און לאַורעאַט פֿון דער נאָבל־פּרײַס, יוסף בראָדסקי, איז ער דען אַ נאַציאָנאַלער רוסישער פּאָעט? און הײַנריך הײַנע איז דען אַ נאַציאָנאַלער דײַטשישער פּאָעט? (כ’פֿאַרשטיי, אַז עסטרײַך ווייסט דאָס אָן מיר, נאָר אין זײַן דערמאָנטן אַרטיקל האָט ער, אַ פּנים, געטראַכט אַנדערש: סוצקעווער איז ניט געוואָרן קיין נאַציאָנאַלע ווערט, פֿאַר די ישׂראלים).
צווישן הונדערטער און הונדערטער אַרטיקלען, אָפּגעדרוקט אין די ייִדישע פֿאַרמלחמהדיקע צײַטונגען, האָב איך געפֿונען בלויז עטלעכע אַרטיקלען אויף דער טעמע, וואָס אינטערעסירט מיך. למשל, אין „הײַנט‟, 1934, שרײַבט נחום מײַזיל אין זײַן אַרטיקל „פֿאָלקס־סטיל און נאַציאָנאַלער סטיל‟, אַז „אין די ביכער פֿון אונדזערע באַוווּסטע קריטיקער וועט איר ווייניק געפֿינען וועגן דעם באַגריף ‘נאַציאָנאַלער פּאָעט’.‟ וואָס מיר וועלן יאָ טרעפֿן, איז די באַשטעטיקונג, אַז די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער און פּאָעטן זענען ניט געווען נאַציאָנאַל!”
שמואל ניגער, אין זײַן בוך „ייִדישע שרײַבער אין סאָוועט־רוסלאַנד‟, האָט אַן אַרטיקל „זײַנען געווען צווישן זיי אַנוסים?‟, וואָס ער פֿאַרענדיקט מיט די ווערטער: „…עס איז, אַ פּנים, אמת, אַז דער סאָציאַלער טאָטאַליטאַריזם גייט איבער די גופֿים — און די נשמות פֿון מאַראַנען‟. מאַראַנען רופֿט ער אָן די ייִדישע שרײַבער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
חיים גראַדע אין זײַן עלעגיע, „איך וויין אויף אײַך מיט אַלע אותיות פֿון דעם אַלף־בית‟, געווידמעט די דערמאָרדעטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער, שרײַבט:
…בײַ אײַער לעבן נאָך אין לאַנד פֿון רחבֿותדיקן רוס
האָב איך געוווּסט, אַז אין דער טיף פֿון האַרץ זײַט איר אַנוסים…
מיט חיים גראַדע איז ניט מסכּים יחיאל שרײַבמאַן. אין זײַנעם אַן אַרטיקל „ייִדישקייט, נאַציאָנאַלקייט אין דער ייִדיש־סאָוועטישער ליטעראַטור‟, דערווײַזט ער, אַז די גרעסטע צאָל ווערק פֿון די ייִדיש־סאָוועטישע שרײַבער שטעלן מיט זיך פֿאָר נאַציאָנאַלע ווערטן. פֿאַר וואָס? — ווײַל די ווערק „פֿון די דאָזיקע גרויסע ייִדישע שאַפֿער זײַנען אײַנגעטונקען אין ייִדישקייט‟, „דאָס זײַנען ביכער מיט ייִדישקייט און ייִדישלעכקייט… אַפֿילו דער ‘קאָמיסאַר’ פֿון אַהרן ווערגעליס איז ייִדישלעך‟, שרײַבט שרײַבמאַן, און ברענגט ווי אַ בײַשפּיל אַ סטראָפֿע פֿון ווערגעליסעס ליד „דער אייביקער ייִד‟:
כ’ווייס ניט, צי כ’לעב שוין מיליאָנען יאָר,
צי אפֿשר, ווי אַ פֿלאַטערל, כ’בין איינטאָגיק.
מ’האָט מיך דערהרגעט אין אַ טאָג פֿון קריג און פֿון טעראָר —
און ווידער איז די מאַמע מיט מיר טראָגעדיק.
כ’קלער, בײַ וועמען קאָן זיך עפֿענען דאָס מויל אויף צו זאָגן, אַז דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ… זענען ניט געווען נאַציאָנאַלע שאַפֿערס! — סטאַלין האָט דאָך זיי דערשאָסן פֿאַר „בורזשואַזן נאַציאָנאַליזם‟!
איציק מאַנגער איז אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט ניט אָפּהענגיק פֿונעם ישׂראלדיקן בילדונג־מיניסטעריום. איטשע גאָלדבערג שרײַבט וועגן מאַנגערן: „מיט וועמען אים פֿאַרגלײַכן? סײַדן, אין נאַציאָנאַלן זין, מיט שלום־עליכמען‟. און ווײַטער זאָגט ער וועגן דעם פּאָעטס שאַפֿונגען, אַז דאָס איז „ריינע, געלײַטערטע נאַציאָנאַלע דיכטונג‟.
אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט, מיין איך, צי אַ נאַציאָנאַלער שרײַבער, איז דער, וועמענס שאַפֿונגען זענען נאַציאָנאַל. דאָס מיינט, שאַפֿונגען, אין וועלכע ס’האָט זיך אָפּגעשפּיגלט דער כאַראַקטער פֿונעם פֿאָלק, זײַן געשיכטע, רעליגיע, טראַדיציע, פֿאָלקלאָר, דער שטייגער, די פּסיכאָלאָגיע… אויב צו מישפּטן לויט די איבערגערעכנטע קריטעריעס, צי אַפֿילו לויט אַ טייל פֿון זיי, האָבן מיר ניט ווייניק נאַציאָנאַלע ליטעראַטן.
צוריקקערנדיק זיך צו גענאַדי עסטרײַכס אַרטיקל וועגן סוצקעווער, און נעמען אין אַכט אַזאַ קריטעריע, ווי „געשיכטע פֿון פֿאָלק‟ אין סוצקעווערס ווערק, דהײַנו, די טראַגעדיע פֿון ייִדן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה איז סוצקעווער, אַוודאי, אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט. צום בײַשפּיל דאָס ליד „אַ וואָגן שיך‟, בלויז צוויי סטראָפֿעס:
…דורך קינדערשיך און שקראַבעס
כ’דערקען מײַן מאַמעס שיך!
זי פֿלעגט זיי בלויז אויף שבת
אַרויפֿציִען אויף זיך.
און ס’קלאַפּן די אָפּצאַסן:
וווּהין, וווּהין, וווּהין?
פֿון אַלטע ווילנער גאַסן
מע טרײַבט זיי קיין בערלין.
נאָך אַ ציטאַט פֿון איטשע גאָלדבערגן. ער שרײַבט, אַז סוצקעווערס „פּאָעטישע ירושה — איז אַ גרויסע נאַציאָנאַלע קולטור־געשעעניש‟. מע זאָגט, אַז ווער עס געדענקט ניט זײַן היסטאָריע, דער האָט ניט קיין צוקונפֿט. וואָלט איך צוגעגעבן: ווער עס געדענקט ניט זײַן קולטור, דער האָט ניט קיין נאַציאָנאַלע צוקונפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.