היסטאָריקערס גרייטן צו אַ ייִדישן וועגווײַזער פֿאַר טוריסטן אין פּוילן, מערבֿ-אוקראַיִנע, און בעלאַרוס. די פּראָגראַם איז געצילט סײַ פֿאַר די רעאַלע טוריסטן און סײַ פֿאַר די ווירטועלע.
איבער 60 ייִדישע שטעט און שטעטלעך וועלן קומען צוריק צום לעבן אויף דער אינטערנעץ פֿאַר ווירטועלע טוריסטן. צווישן די אַטראַקציעס: דרײַ-דימענסיאָנעלע רעקרעאַציעס פֿון שילן, וואָס די דײַטשן האָבן חרובֿ געמאַכט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער פּראָיעקט הייסט אויף ענגליש: THE SHTETL ROUTE. היסטאָריקער פֿון פּוילן, בעלאַרוס און אוקראַיִנע נעמען אָנטייל אינעם פּראָיעקט, וואָס ווערט פֿינאַנצירט דורך דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט געגעבן די דרײַ לענדער 450000 יוראָ פֿאַרן פּראָיעקט.
עמיל מאַיוק, פֿונעם „בראַמאַ גראָדזקאַ געשיכטע־צענטער‟ אין לובלין, דערקלערט, אַז די וועבזייט וועט געבן אַ מעגלעכקייט צו לייענען שריפֿטעלכע מאַטעריאַלן ווי, למשל, געשיכטעס און מעשׂיות וועגן דעם לעבן אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעט און שטעטלעך, און זען בילדער, אַ סך פֿון זיי — דריי-דימענסיאָנעלע.
פֿאַר די רעאַלע טוריסטן וועלן זײַן גרייט אין אַ יאָר אַרום רײַזע-ביכער מיט אַ שלל אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַמאָליקע ייִדישע שטעט און שטעטלעך אין דער געגנט.
אין פּוילן באַשטימט דער אָפּשטאַם, צי מען האָט רעכט אויף פּוילישער בירגערשאַפֿט, נישט דאָס לאַנד, וווּ מען איז געבוירן געוואָרן. אַ סך ייִדן, וואָס זייערע טאַטע-מאַמעס זענען געבוירן געוואָרן אין פּוילן, האָבן דערפֿאַר דאָס רעכט צו ווערן צוריק פּוילישע בירגער.
אַגבֿ, פּוילן האָט תּמיד געשמט ווי אַ לאַנד פֿון באַלאַגאַן. באַלאַגאַן, זײַט וויסן, איז אַ פּויליש וואָרט. סע ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז די מעטריקעס אין פּוילן פֿון פֿאַר דער מלחמה זענען גאַנץ גענויע. ממש יעקישע. פֿון אַלע שטעט און שטעטלעך האָט מען געשיקט גענויע מעטריקעס קיין וואַרשע. איך האָב, למשל, געפֿונען אינעם וואַרשעווער צענטראַל-אַרכיוו פֿון מעטריקעס אַלע פּרטים וועגן מײַן מאַמעס געבורט אין אַ קליין שטעטל אין גאַליציע. נאָר וואָס זשע? די פּאָליאַקן זוכן אָפֿטמאָל פּאָדקאָוועס פֿון געפּגרטע פֿערד, דאָס הייסט, פּוסטע תּירוצים, אַבי נישט צו געבן די ייִדן צוריק זייער בירגערשאַפֿט.
למשל, אויב אַ ישׂראלי האָט אַ טאַטע, וואָס איז דאָ געבוירן געוואָרן, הייסט עס נאָך נישט, אַז ער וועט באַקומען אַ פּוילישן פּאַס. אויב דער טאַטע האָט געדינט אין צה”ל אָן אַ דערלויבעניש פֿון דער פּוילישער רעגירונג, האָט ער פֿאַרלוירן זײַן בירגערשאַפֿט, און זײַנע קינדער במילא אויך. און נאָך און נאָך תּירוצים.
אין פּוילן, טעאָרעטיש, טאָר מען נישט האָבן צוויי בירגערשאַפֿטן. אין שפּאַניע אָבער, זינט אַ רעכטע רעגירונג איז געקומען צו דער מאַכט, איז די באַציִונג לגבי ייִדן געוואָרן זייער אַ פֿרײַנדלעכע. די נײַע שפּאַנישע רעגירונג האָט לעצטנס דערקלערט, אָז די ספֿרדישע ייִדן האָבן רעכט צו באַקומען צוריק זייער בירגערשאַפֿט, וואָס זיי האָבן פֿאַרלוירן אינעם 15טן יאָרהונדערט בשעת דעם גירוש־ספֿרד.
די ספֿרדישע ייִדן, וואָס ווילן ווערן צוריק בירגער פֿון ספֿרד, דהײַנו, שפּאַניע, מוזן אַפֿילו נישט וווינען אין לאַנד. זיי מוזן אַפֿילו נישט מוותּר זײַן אויף אַנדערע בירגערשאַפֿטן. וואָס דאַרפֿן זיי יאָ האָבן? אַ דאָקומענט וואָס באַשטעטיקט, אַז זיי זענען אַ טייל פֿון אַ ספֿרדישער קהילה ערגעץ וווּ אין דער וועלט.
לאַדינאָ־קענטעניש איז אויך גענוג. גענוג זענען די נעמען וואָס באַווײַזן, אַז זיי שטאַמען פֿון די ספֿרדישע ייִדן, ווי למשל: אַבאַרבאַנעל, אַבעקסיס, אַבוטבול, אַמסאַלעם, אַטיאַס, עליאַס, אַלמלח, אַסראַף, אַסייג, ברוך, בן-דוד, בן-עזרא, בן-ישׂראל, בן-שושן, ביטאָן, בעטיטאָ, גבאי, דאַנאָן, דאַדאָן, דערעי, הלוי, און מיר קענען אַזוי ווײַטער גיין ביזן אות „ת‟.
אַגבֿ, שלעזינגער איז אויך באַטראַכט ווי אַ נאָמען פֿון די ספֿרדישע ייִדן, לויט דער אָפֿיציעלער רשימה פֿון דער שפּאַנישער רעגירונג. אפֿשר דערפֿאַר וואָס די ספֿרדישע ייִדן האָבן זיך אײַנגעאָרדנט אין שלעזיע. הכּלל, ווען איר האָט אַזעלכע אַטריבוטן, זײַט איר פֿאַרבעטן צו קומען צו אַ שפּאַנישער קאָנסוליע אָדער אַמבאַסאַדע און שווערן נאמנות צו דער שפּאַנישער מלוכה און צום שפּאַנישן מלך. די שפּאַנישע רעגירונג באַטאָנט, אַז די ספֿרדישע ייִדן האָבן קיין מאָל נישט געוואָלט מוותּר זײַן אויף זייער שײַכות צו שפּאַניע, און דערפֿאַר וויל די הײַנטיקע רעגירונג צורעכט מאַכן די עוולה, וואָס די מלכּה איזאַבעלאַ איז באַגאַנגען סוף 15טן יאָרהונדערט. איזאַבעלאַ האָט דעמאָלט אַרויסגעיאָגט די ייִדן פֿון איר מלוכה.
אין פּוילן, ווי געזאָגט, איז צו באַקומען צוריק די פּוילישע בירגערשאַפֿט, אַ מזל־זאַך. אויב מען האָט צו טאָן מיט אַ ביוראָקראַט שׂונא-ישׂראל, וועט מען בלײַבן מיט ליידיקע הענט. סע טרעפֿט זיך אָבער, אַז מען האָט צו טאָן מיט אַ ביוראָקראַט, וואָס האָט גאָרנישט קעגן ייִדן און זוכט נישט קיין תּירוצים נישט צו געבן קיין פּוילישן פּאַס.
דאָ קומט פֿאָר אַ מצבֿ, ווען אַ טייל ייִדן, וועלכע מען האָט אומלעגאַל אַרויסגעוואָרפֿן פֿון פּוילן אינעם גרויסן מלוכישן פּאָגראָם אין יאָר 1968, באַקומען נישט צוריק זייער פּוילישע בירגערשאַפֿט, צוליב די אָדער יענע תּירוצים. אפֿשר דאַרפן מיר, פּוילישע ייִדן, וואַרטן נאָך 500 יאָר, ווי אונדזערע ספֿרדישע ברידער, כּדי מען זאל אונדז מקבל פּנים זײַן אויף א בכּבֿודיקן אופֿן ווי זיי. אז מען לעבט, דערלעבט מען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.