דער פֿאָקוס פֿונעם לעבן אינעם גאַנצן לאַנד איז די טעג אָנגעשטעלט אויף דער אָלימפּיאַדע אין סאָטשי. די ספּאָרט־געשעעניש האָט צעשפּאָלטן די רוסישע געזעלשאַפֿט נאָך לאַנג איידער די אָלימפּיאַדע האָט זיך אָנגעהויבן: אַ טייל האָבן געזאָגט, אַז דאָס וועט זײַן אַ יום־טובֿ פֿון ספּאָרט, אַ זכות און אַ כּבֿוד פֿאַרן לאַנד. אַן אַנדער טייל איז אָבער געווען סקעפּטיש און האָט געטענהט, אַז דאָס וועט זײַן בלויז אַ ריזיקער קאָרופּציע־סקאַנדאַל און אַ גראַנדיעזער בלאָף.
אָנגעהיצט די סיטואַציע האָבן אויכעט כּלערליי סקאַנדאַלן אַרום דעם היפּאָטעטישן בויקאָט, צוליב די אַנטי־געי געזעצן, וואָס דער רוסישער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען פֿאַראַיאָרן. שאַרפֿע וויכּוחים האָבן אַרויסגערופֿן אַלע ידיעות פֿון דער אָלימפּיאַדע — די ערשטע פֿאַרמעסטן, די עפֿענונג־צערעמאָניע, און ווײַטער… די דעמאָקראַטישע אָפּאָזיציע רופֿט ניט צו קוקן די טעלעוויזיע־טראַנסמיסיעס און ניט צו פֿרייען זיך, אויב די רוסישע ספּאָרט־לײַט וועלן עפּעס געווינען, ווײַל יעדער נצחון ווערט אויסגענוצט פֿון דער מלוכה צוליב פּראָפּאַגאַנדע און לטובֿת פּוטינס פּאָפּולערקייט.
די אָפֿיציעלע פּאָזיציע פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איז אָבער אַנדערש. די פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אַרבעט מיט מיט דער מלוכה. יענע וואָך זענען קיין סאָטשי אָנגעקומען מיט אַ וויזיט דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד, בערל לאַזאַר און דער פּרעזידענט פֿון דער פֿעדעראַציע, אַלכּסנדר באָראָדאַ. דעם 7טן פֿעברואַר האָבן זיי אַרײַנגעטראָגן אַ ספֿר־תּורה אין דער אימפּראָוויזירטער שיל, וואָס מע האָט געמאַכט אינעם אָלימפּישן דאָרף. בסך־הכּל, קענען דאָרטן די ייִדן דאַווענען אין 3 שילן.
עס זענען אָפֿן אַ כּשרע קיך און אַ געוועלב מיט כּשר עסן, עס אַרבעטן 12 רבנים, וואָס זענען געקומען פֿון פֿאַרשיידענע ערטער, סײַ רוסיש־רעדנדיקע און סײַ יענע, וואָס רעדן ענגליש, שפּאַניש, העברעיִש, פֿראַנצייזיש און אַזוי ווײַטער. אין די שילן קען מען געפֿינען ייִדישע ספֿרים און ייִדישע ביכער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
דעם 9טן יאַנואַר האָבן די בעלי־בתּים און די פֿאַרטרעטער פֿון דער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות‟ אַדורכגעפֿירט אַן אָנדענק־צערעמאָניע, לזכר יענע ישׂראלדיקע ספּאָרטלערס, וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן בעת דער אָלימפּיאַדע אין מינכן אין 1972. אין דער צערעמאָניע האָבן אָנטייל גענומען די ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט (אויף ווינטער־אָלימפּיאַדע האָט ישׂראל צוגעשיקט בלויז 5 ספּאָרטלערס), רבנים, דיפּלאָמאַטן און סאָטשער ייִדן.
צו די אַנדערע נײַעס. דעם 12טן פֿעברואַר, עפֿנט זיך אין מאָסקווער נײַעם ייִדישן מוזיי אַן אויסשטעלונג בשם „ענדי וואָרהאָל און 10 באַרימטע ייִדן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט‟, וווּ עס ווערן פֿאָרגעשטעלט 10 העלדן פֿון וואָרהאָלס פּאָרטרעטן — אַלבערט אײַנשטיין, מאַרטין בובער, פֿראַנץ קאַפֿקע, גאָלדע מאיר, גערטרוד סטײַן, זיגמונד פֿרויד, שׂרה בערנאַר, לויִס בראַנדײַס, דזשאָרדזש גערשווין און די ברידער מאַרקס. אינעם פֿאָקוס פֿון דער אויסשטעלונג זענען די פּאָרטרעטן גופֿא, און אַרום זיי ווערן דערציילט די געשיכטעס פֿון יעדן איינעם, מיט אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן, ווידעאָ, בילדער, אינטערוויוען און אַזוי ווײַטער.
די אויסשטעלונג ווערט געשטיצט פֿון דער „משפּחה בלאַוואַטניק־פֿונדאַציע‟ און וועט זײַן אָפֿן ביזן 9טן אַפּריל.
די וואָך האָט דער מוזיי מקבל־פּנים געווען אַ חשובֿן גאַסט — דעם היסטאָריקער פֿון ישׂראל, משה ראָסמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן בוך „אויף וויפֿל איז די ייִדישע געשיכטע ייִדיש‟, וואָס איז אַנומלטן אַרויס אין דער רוסישער איבערזעצונג, און געהאַלטן אַ רעפֿעראַט מיטן נאָמען „געשיכטע פֿון מוזיי — און מוזייען אין דער געשיכטע‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער השפּעה פֿון די ייִדישע מוזייען אויף דער ייִדישער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.