ישׂראל וועט נישט אָפּשטעלן איר בלאָקאַדע אויפֿן עזה־פּאַס, האָבן איבערגעגעבן עטלעכע הויך־ראַנגיקע באַאַמטע פֿון פּרעמיער בנימין נתניהוס ביוראָ, אַ טאָג נאָך דעם ווי דער טערקישער פּרעמיער רעשעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן האָט געמאָלדן, אַז ער וועט נישט אונטערשרײַבן קיין אויסגלײַך־אָפּמאַך צווישן טערקײַ און ישׂראל, סײַדן ישׂראל וועט אָפּטשעלן די בלאָקאַדע.
בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין אַנקאַראַ דינסטיק, האָט ערדאָגאַן געזאָגט, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל זענען שוין אויף אַ וועג, אָבער נישט פֿאַרענדיקט געוואָרן. ער האָט צוגעגעבן, אַז טערקײַ האָט שוין באַקומען אַ פֿאָרמעלע אַנטשולדיקונג פֿון ישׂראל און אַז מע פֿירט ווײַטער די פֿאַרהאַנדלונגען איבער קאָמפּענסאַציע פֿאַר די משפּחות פֿון די אומגעבראַכטע און פֿאַרוווּנדיקטע אויף דער שיף, וואָס האָט געפּרוּווט דורכברעכן די עזה־בלאָקאַדע אין 2010.
ערדאָגאַן האָט אָבער צוגעגעבן, אַז דערווײַל האָט ישׂראל נאָך נישט אָפּגעשטעלט די בלאָקאַדע אין עזה, איינער פֿון די באַדינגונגען, וואָס טערקײַ האָט געשטעלט פֿאַר באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל. „גאָרנישט וועט ניט פּאַסירן, אויב מע שטעלט נישט אָפּ די באַלאַגערונג פֿון עזה,‟ האָט ערדאָגאַן געזאָגט.
רעאַגירנדיק אויף ערדאָגאַנס באַמערקונגען, האָבן די הויך־ראַנגיקע אין נתניהוס רעגירונג געזאָגט, אַז אָפּשטעלן די בלאָקאַדע איבער עזה אָדער אונטערשרײַבן אַ צוזאָג, אַז מע וועט עס טאָן אין דער צוקונפֿט, וועט „בשום־אופֿן נישט געשען‟.
מאָנטיק האָט דער טערקישער אויסערן־מיניסטער אַכמעט גאַוווּטאָגלו דערקלערט פֿאַר אַן אָרטיקער טעלעוויזיע־סטאַנציע, אַז ישׂראל און טערקײַ זענען שוין זייער נאָענט צום נאָרמאַליזירן זייערע באַציִונגען. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז ישׂראל איז גרייט צו באַצאָלן 20 מיליאָן דאָלאַר קאָמפּענסאַציע פֿאַר די משפּחות פֿון נײַן מענטשן אומגעבראַכט בעת דער ישׂראלדיקער אָבלאַווע אויף דער טערקישער שיף „מאַווי מאַרמאַראַ‟ אין מײַ 2010, און פֿאַר די פֿאַרוווּנדיקטע אין דעם אינצידענט.
ישׂראל פֿאָדערט, אַז ווי אַ טייל פֿונעם אויסגלײַך, זאָל טערקײַ אָננעמען אַ געזעץ אָפּצושטעלן לעגאַלע אָנקלאָגן קעגן די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן אָנטיילגענומען אין דער אָבלאַווע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.