דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט נישט בדעה אָנצונעמען אַ רעזאָלוציע צו בויקאָטירן ישׂראל, האָט דינסטיק דערקלערט דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, מאַרטין שולץ, בעת אַ באַזוך אין ישׂראל. דינסטיק האָט ער אָפּגעהאַלטן אַ רעדע נאָכן באַקומען אַן ערן־דאָקטאָראַט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, צוליב זײַנע באַמיִונגען צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג צווישן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און ישׂראל, זײַן שטיצע פֿאַר מענטשנרעכט, און זײַן פֿאַרדאַמען אַנטיסעמיטיזם.
בעת ער האָט געענטפֿערט אויף די פֿראַגעס פֿון די רעפּאָרטערס וועגן אַ מעגלעכן אייראָפּעיִשן בויקאָט, האָט שולץ באַמעקט: „דאָס איז דאָס דרײַצנטע מאָל וואָס מע האָט מיך הײַנט געפֿרעגט וועגן דעם ענין.‟
ער האָט באַשטעטיקט, אַז עס גייט איצט אָן אַ וויכּוח אין אייראָפּע וועגן דער מעגלעכקייט פֿון לאָזן די קאָנסומענטן וויסן, וועלכע פּראָדוקטן ווערן פּראָדוצירט אין די ישׂראלדיקע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג.
„ס׳איז אָבער נישטאָ קיין קאָנקרעטע שטעלונג מצד דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד אָדער זײַנע אינסטיטוציעס, וואָס שייך אַ בויקאָט פֿון ישׂראל אָדער ישׂראלדיקע פּראָדוקטן,‟ האָט שויך באַטאָנט. „לויט מײַן מיינונג, קען אַ בויקאָט קיין מאָל גאָרנישט לייזן. און טאַקע דערפֿאַר האָב איך, ווי דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, שטאַרק געמוטיקט דעם פֿאַרבאַנד צו פֿאַרשטאַרקן די וויסנשאַפֿטלעכע צוזאַמענאַרבעט מיט ישׂראל.
אין שײַכות מיט די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, האָט ער באַטאָנט, אַז ביידע צדדים טאָרן נישט פֿאָדערן קיין באַדינגונגען, נאָך איידער מע האָט אָנגעהויבן רעדן. „דאָס איז, אַגבֿ, פּונקט דאָס, וואָס איך האָב נעכטן געזאָגט מאַכמוד אַבאַס, דעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ,‟ האָט שולץ געזאָגט.
שולץ, אַ דײַטשער פּאָליטיקער, איז אַ דעפּוטאַט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט זינט 1994. אין 2004 איז ער דערוויילט געוואָרן ווי דער הויפּט פֿון די סאָציאַליסטן און דעמאָקראַטן אינעם פּאַרלאַמענט, און אין 2012 איז ער געוואָרן זײַן פּרעזידענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.