ידיעות פֿון לאָס־אַנדזשעלעס

News from Los Angeles


פֿון מירי קאָראַל

Published February 12, 2014, issue of February 28, 2014.

װאָס שטייט געשריבן אויף דער װאַנט?

אין לאָס-אַנדזשעלעס האָט מען אַ טראַדיציע פֿון װאַנטגעמעל, דאָס הייסט, ‪”‬מוראַלן‪”‬. מ’זעט זיי איבער דער גאַנצער שטאָט, ווי קינסטלערישע אינסטאַלאַציעס, כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַ געגנט אָדער אַ געװיסן בנין. אין די מקומות װאָס זענען נאָענט צום ים, למשל, זעט מען אויף די װענט אָנגעמאָלט װאַלפֿיש, פּאָרטרעטן פֿון מענטשן, װאָס פֿאָרן אויף רעדלשיך, און אַפֿילו אַן אימאַזש צו װאַן גאָכס „אויסגעשטערנטע נאַכט‟, פֿון אַ באַװוּסטן קינסטלער, ר. קראָנק.

מע געפֿינט אויך װאַנטגעמעלן אויף ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אויך בײַם ים געפֿינט זיך דער געזעלשאַפֿטלעכער צענטער פֿון ישׂראל לעװין, װוּ ניט לאַנג צוריק זענען זיך צונויפֿגעקומען עלטערע לײַט צו שמועסן אויף ייִדיש. דער קליינער בנין איז באַדעקט פֿון אויסנװייניק מיט אַ װאַנטגעמעל, װאָס ברענגט אַרויס די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע קיין לאָס־אַנדזשעלעס.

יעדער פֿוסגייער, ראָװער־פֿאָרער, אָדער רעדלשיכלער, װאָס שפּאַצירט איבערן פּאָפּולערן טראָטואַר „װעניס באָרדװאָלק‟, קען דערבײַ באַמערקן די קאָלירפֿולע שפּורן פֿון אַן איבערגעפֿלאַנצטן ייִדישן לעבן, און דערצו אַ פּאָעמע אויף ייִדיש פֿון אַ היגער פּאָעטעסע, דאָראַ בייראַק. און אפֿשר װײַל דער בנין געפֿינט זיך אויף אַזאַ אָנזעעוודיק אָרט קען מען פֿון צײַט צו צײַט, צום באַדויערן, באַמערקן די מיאוסע צייכנס, װאָס געהערן ניט צום װאַנטגעמעל, נאָר זענען פּשוט אַן אָנזינענדיקע חוצפּה װאָס מע רופֿט „גראַפֿיטי‟.

די לעצטע װאָך איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַל, װאָס האָט אַרויסגערופֿן מער ערנסטע אָפּקלאַנגען בײַ דער ייִדישער קהילה דאָ. איינע פֿון די שענסטע װאַנטגעמעלן אין שטאָט, װאָס באַװײַזט אַ שטיקל ייִדישע קולטור און אירע װערטן, איז באַשטעלט געװאָרן פֿונעם “אַרבעטער־רינג” צווײַג פֿון דרום קאַליפֿאָרניע אין 1998. דער צווײַג אַליין איז טעטיק אין דער שטאָט שוין איבער אַ הונדערט יאָר.

דער הײַנטיקער בנין, װוּ מע לערנט נאָך אַלץ ייִדיש פֿאַר דערװאַקסענע, איז אַ קליינער און נידעריקער. ער געפֿינט זיך אין אַ ייִדישער געגנט, צווישן אַנדערע ייִדישע רעליגיעזע שולן און כּשרע רעסטאָראַנען, און געװעלבן. װען נישט דאָס קאָלירפֿולע װאַנטגעמעל, װאָלט מען דעם בנין אַפֿילו ניט אָנגעזען; דאָך, שטייט ער אויף אַ הויפּט־גאַס.

געמאָלט פֿונעם קינסטלער עליסיִאָ אַרט סילװאַ, הייסט דאָס װאַנטגעמעל „אַ שענערע און בעסערע װעלט‟. די אימאַזשן זענען פֿון ביבלישע סצענעס (דאָס װאַנדערן אין מידבר), ייִדישע סימבאָלן, װי אַ מנורה, היסטאָרישע מאָמענטן, און סימבאָלן פֿון ייִדישער קולטור, װי פּאָרטרעטן פֿון קלאַסישע ייִדישע שרײַבער.

פֿון דעם װידעאָ, װאָס געפֿינט זיך קעגן איבער און געהערן צו אַן אָפּטייל פֿון חב״ד, װייסט מען הײַנט, אַז אין מיטן פֿון דער נאַכט זענען געקומען צװיי װאַנדאַלן און האָבן איבער די שיינע געמעלן פֿון ייִדישן לעבן, אָנגעשריבן מיט װײַסער פֿאַרב: „באַפֿרײַט פּאַלעסטינע!‟

פֿון די זעלבע װידעאָ־אַפּאַראַטן װייסט מען, אַז די צװייטע נאַכט זענען געקומען צװיי אַנדערע װאַנדאַלן, וואָס האָבן געמאַכט זייער קאָרעקטור, דהײַנו: אויפֿן אָרט פֿונעם וואָרט „באַפֿרײַט‟ — איבערגעלאָזט זייער אַ געמיין װאָרט.

די איראָניע איז פֿילשיכטיק: צװיי פֿאַלן פֿון הפֿקרותדיקייט װאָס באַמיִען זיך צו מאַכן אַ פּאָליטישע דערקלערונג. די ערשטע דערקלערונג, „באַפֿרײַ פּאַלעסטינע!‟ — איז פֿאַרבונדן מיט דער לינקער, בדרך־כּלל, פּראָגרעסיװער פּאָליטיק. חוץ דעם, װאָס די אַקציע האָט באמת צעשטערט אַ שיין קינסטלעריש װאַנטגעמעל, האָבן די װאַנדאַלן אַ טעות געמאַכט אין זייער אויסקלײַב — דעם „אַרבעטער־רינג‟, ווי זייער צילברעט. עס איז אַ קלאָרער באַװײַז, אַז די וואַנדאַלן, אַרט עס ווינציק; זיי איז וויכטיק, אַז ס‘איז אַן אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדן.

נאָך מער: די צװייטע װאַנדאַלישע אַקציע, װאָס האָט פֿאַקטיש איבערגעביטן פֿון לינקס צו רעכטס דעם באַטײַט פֿון גראַפֿיטי, האָט אויפֿגערייצט דעם גאַנצן ענין, אַ זאַך, װאָס די פּראָגרעסיװע „שענערע און בעסערע װעלט‟ פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ װאָלט אַװדאי און אַװדאי ניט געפֿאָדערט.

פֿונדעסטװעגן, האָט די ייִדישע קהילה פֿון לאָס־אַנדזשעלעס זיך בעסער באַקענט מיט אַ טייל פֿון איר קולטורעלער און קינסטלערישער ירושה, אַ ירושה וואָס זי האָט ביז אַהער מסתּמא נישט באַמערקט, אָבער איצט פּלוצעם דערזען, װײַל ס‘איז אַלץ באַשריבן געװאָרן אין דער היגער „דזשויִשער‟ פּרעסע.

די ידיעות פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.