מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט זיך בײַ אַ נאָענטן קרובֿ מײַנעם געמאַכט אַ יובֿל, דער קרובֿ וווינט אין דרום-אוקראַיִנע, און דער סוף איז געווען, אַז אויף אַ וואָך האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, זיך אַרײַנגעכאַפּט אויך קיין קרים. וואָס האָב איך פֿון יענער נסיעה אַרויסגעטראָגן? ערשטנס, אַז עס זײַנען דאָ זייער אַ סך אַנדערע בײַ-ימיקע ערטער, וווּ מע קען דורכפֿירן אַ וואָך ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער. צווייטנס, אַז צו אוקראַיִנע האָט דאָס אָרט נאָך אַלץ אַ קנאַפּן קולטורעלן שײַכות. איך האָב אַפֿילו ניט געזען, מע זאָל דאָרטן פֿאַרקויפֿן אוקראַיִנישע צײַטונגען. איצט, ווען ס’איז אַזוי הייס געוואָרן אין דעם פּאָליטישן קלימאַט פֿון יענע מקומות, הערן זיך פֿון קרים אַרויסזאָגונגען וועגן “זיך אומקערן” אין רוסלאַנד.
מיט 60 יאָר צוריק, דעם 19טן פֿעברואַר 1954, האָט דער אויבער-ראַט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרויסגעגעבן אַן “אוקאַז” (דעקרעט), לויט וועלכן קרים האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ טייל פֿון רוסלאַנד און איז געוואָרן אַ געגנט אין אוקראַיִנע. הונדערטער טויזנטער לײַט אין קרים, ווי אויך אין רוסלאַנד, האַלטן עס פֿאַר אַ גזירה. פֿאַר וואָס האָט מען אַזאַ געאָגראַפֿישע קונץ אָפּגעטאָן? צו יענער צײַט, אַ יאָר נאָך סטאַלינס טויט, איז די מאַכט אַריבער אין די הענט פֿון ניקיטאַ כרושטשיאָוון, וועלכער איז בכלל אַרײַן אין דער געשיכטע ווי אַ מענטש מיט עקזאָטישע פּלענער, אַרײַנגערעכנט זײַן כּוונה אויפֿצובויען צום יאָר 1981 אַ יסוד פֿאַר אַ קאָמוניסטישער געזעלשאַפֿט.
ס’איז ברייט באַוווּסט דער אַפּאָקריף, אַז לענין האָט כּלומרשט געטענהט: “יעדע קעכין מוז זיך אויסלערנען אָנצופֿירן מיט דער מלוכה”. אין דער אמתן, האָט ער געשריבן גאָר אַנדערש, אַז קיין קעכין איז ניט גרייט עס צו טאָן; אָבער כרושטשיאָוו, אַ ווייניק געבילדעטער מענטש, איז געקומען צו דער מאַכט גלײַך ווי רעאַל געמאַכט וולאַדימיר לענינס כּלומרשטע ווערטער. זײַנע אומגעלומפּערטע אײַנפֿאַלן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין אַלע עקן פֿון דעם לאַנד. אמת, אייניקע פֿון זיי, ווי אַ מאַסן-בויונג פֿון דירות, האָבן איבערגעלאָזט דווקא ניט קיין שלעכטע שפּורן אינעם סאָוועטישן לעבן. אַזוי צי אַזוי, אָבער שפּעטער הײַיאָר וועט ווערן 50 יאָר זינט דעם טאָג, ווען כרושטשיאָוון האָט מען אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זײַן טראָן — אַפֿילו אין די הויכע פֿענצטער האָט מען שוין מער ניט געקענט פֿאַרלײַדן זײַנע קונצן.
דאָס איבערגעבן קרים אין באַשטאַנד פֿון אוקראַיִנע איז אויך געווען זײַן קאַפּריז. ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט, דאַכט זיך, ניט קלאָר, צוליב וואָס האָט מען עס געדאַרפֿט. דער תּירוץ איז, אָבער, געווען אַ קלאָרער, דהײַנו: דערמיט איז אָפּגעמערקט געוואָרן דער 350 יוביליי פֿון אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך צווישן דעם רוסישן צאַר אַלעקסיי און דעם אוקראַיִנישן פֿירער באָגדאַן כמעלניצקי. דער דאָזיקער אָפּמאַך איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון דער רוסיש-אוקראַיִנישער פֿאַראייניקונג. אין דעם זעלבן יוביליי-יאָר, 1954, האָט די שטאָט פּראָסקוראָוו באַקומען דעם נאָמען כמעלניצקי, וואָס זי טראָגט נאָך עד-היום.
איך וועל דאָ ניט שרײַבן וועגן כמעלניצקיס בלוטיקן שפּור אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער וואָס שייך דעם קרימער האַלבאינדזל גופֿא, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין די 1920ער יאָרן איז עס געווען אַן אָרט, וואָס פֿלעגט ממש טאָג-אײַן טאָג-אויס דערמאָנט ווערן אין דער ייִדישער פּרעסע, ווײַל אין קרים האָט מען דעמאָלט אַנטוויקלט אַ פּראָיעקט פֿון — ניט מער און ניט ווייניקער — אַ ייִדישער רעפּובליק. די ייִדישע וועלט האָט זיך צוגעקוקט צו די געשעענישן דאָרטן, געהאָלפֿן צו רעאַליזירן דעם פּראָיעקט, אָדער פֿאַרקערט, געשטערט, ווײַל ער האָט דירעקט קאָנקורירט מיט די ציוניסטישע פּלענער.
סוף 1920ער יאָרן האָט דער רעש אַרום קרים זיך אײַנגעשטילט, ווײַל אַ ייִדישע רעפּובליק האָט מען באַשלאָסן צו בויען אין אַ ביסל אַן אַנדער אָרט — אין ביראָבידזשאַן. אָבער ביז דעם חורבן זײַנען אין קרים געווען ניט ווייניק ייִדישע דערפֿער, וועלכע האָבן געטראָגן ייִדישע נעמען, און ייִדיש האָט אין זיי געקלונגען אַן ערך אַזוי, ווי עס קלינגט הײַנט, אַ שטייגער, אין קרית-יואל. אַזוי און גלײַכצײַטיק ניט אַזוי, מחמת אין די דערפֿער האָט געהערשט וועלטלעכקייט.
צום סוף פֿון דער מלחמה האָט מען ווידער גענומען רעדן וועגן אויפֿלעבן דעם קרימער פּראָיעקט, בפֿרט נאָך, אַז ביראָבידזשאַן האָט אַלץ מער אויסגעזען ווי אַ טעמפּער ווינקל. מיט די פּלענער וועגן קרים האָט מען זיך אַרומגעטראָגן אין דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, געשאַפֿן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין יאָר 1942. דער סוף איז געווען, ווי מיר ווייסן, אַ טראַגישער: דעם קאָמיטעט האָט מען פֿאַרמאַכט און די פֿירנדיקע טוער זײַנע, בתוכם די מענטשן וואָס האָבן געחלומט וועגן אַ קרימער ייִדישער מלוכהלע, זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן.
אין דרײַ חדשים אַרום, אין מײַ, וועט מען אָפּמערקן נאָך איין דאַטע — 70 יאָר זינט מע האָט פֿון קרים דעפּאָרטיקט אַלע טאָטערן. מע האָט זיי באַשולדיקט אינעם העלפֿן די דײַטשן. צווישן די דעפּאָרטירטע זײַנען געווען אויך טויזנטער דעמאָביליזירטע מיליטער־לײַט, וואָס האָבן זיך געשלאָגן מיט די דײַטשן, ווי אויך די טאָטערן, וועלכע זײַנען אַפֿילו ניט געווען אין קרים בעת דער מלחמה. די טאָטערישע פּראָבלעם בלײַבט אַן אָנגעווייטיקטע ביז הײַנט, בפֿרט נאָך, אַז היסטאָריש איז קרים געווען אַ טאָטערישע טעריטאָריע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.