נישט געווען אַמאָל קיין ייִדיש הויז אָן אַ בוך, אפֿילו בײַ די אויפֿגעקומענע גבֿירים אויף באַשוי. איך האָב יונגערהייט פֿאַרשטאַנען דעם ווערט פֿון אַ בוך, און אָט דאָס וויסן האָט מיך באַגלייט מײַן גאַנץ לעבן. דאָס בוך איז אַ שליסל צו אונדזער אַנטוויקלונג, צו אונדזער אינטעליגענץ. דעריבער האָב איך באַשלאָסן צו פֿאַרנאָטירן די מאָמענטן, וווּ ביכער האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע.
די ערשטע געשיכטע האָט צו טאָן מיט אַ מיידל, וואָס האָט געהייסן שאַרלאָט; איר ייִדישער נאָמען איז געווען סורקע. איך האָב זיך מיט איר באַקענט אין “הײַ־סקול”־גימנאַזיע, וווּ מיר יוגנטלעכע פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן זיך דערנענטערט איינער צום אַנדערן. שאַרלאָט האָט מיך פֿאַראינטערעסירט און אינטריגירט. זי איז געווען פֿון מיטעלן וווּקס, אַ שיינע ברונעטקע פֿון אַ יאָר זעכצן, און זי איז מיר געפֿעלן, ווײַל זי האָט זיך שטענדיק אַרומגעטראָגן מיט אַ בוך אונטערן אָרעם. איך בין געווען אַנטציקט און זיך נישט געקענט דערוואַרטן זי צו זען אין קלאַס, זיך צו דערוויסן וואָס זי לייענט. אויב זי לייענט פּושקינען, וואָלטן מיר געהאַט אַ סך געמיינזאַמס. אויב טאָלסטויען, קענען מיר זיך טיילן סײַ מיט “אַננאַ קאַרענינאַ” אָדער “מלחמה און פֿרידן”; אויב דאָסטאָיעווסקיס “פֿאַרברעכן און שטראָף”, קען מען באַטראַכטן ראַסקאָלניקאָווס פֿאַרברעכן.
ווי עס זאָל נאָר נישט זײַן, נאָכן קלאַס האָב איך זי פֿאַרטשעפּעט, וועלנדיק וויסן, ווער זי איז און פֿון וואַנען זי שטאַמט, דער עיקר, איר שטוב, די עלטערן און ווער איז דער לייענער אין דער משפּחה. אויפֿן וועג אַהיים, שטעל איך זי אָפּ און פֿרעג:
“שאַרלאָט! וואָס לייענסטו, וואָס איך זע דיך כּסדר אַרומטראָגן זיך מיט אַ גראָב בוך אין האַנט?”
זי קוקט מיך אָן, ווי זי וואָלט מיך דערזען צום ערשטע מאָל, און מאַכט:
“ווער האָט דיר געזאָגט, אַז איך לייען? איך שלעפּ זיך אַרום מיטן שווערן בוך, ווײַל איך וויל צוציִען אַן אינטערעסאַנטן בחור, די ייִנגלעך דאָ זײַנען אַזעלכע פּוסטע כּלים.”
נו שוין, זי האָט מיך נישט בלויז אַנטוישט, נאָר אויך פּריטשמעליעט. מסתּמא אַ פּוסטע כּלי אַליין, האָב איך געטראַכט און זי צו רו געלאָזט.
אַרויס פֿון גימנאַזיע — אַרײַן אין ייִדישן לערער־סעמינאַר, וווּ איך האָב אויפֿגעלעבט. קיין גרויסע לייענער האָב איך דאָרט נישט באַגעגנט, נאָר דערפֿאַר — גראַנדיעזע לערער. זיי האָבן מיט אונדז געקנעלט רוסישע און פֿראַנצייזישע ליטעראַטור, ייִדישע און דײַטשע ליטעראַטור — און אַלץ אויף ייִדיש. איך האָב זיך מחיה געווען, געקוויקט זיך מיט די מוסטער־ווערק, ווי פּורים בײַ דער סעודה.
מען האָט מיך אָנגעשטעלט אויף אַרבעט אין אַן אייער־מאַגאַזין, וואָס האָט זיך געפֿונען אויף טשעמבערס־סטריט אין מאַנהעטן, כמעט בײַם סאַמע סוף פֿון מאַנהעטן; בין איך געפֿאָרן צו דער אַרבעט זומער און ווינטער מיט דער באַן פֿון דער בראָנקס און געלייענט. מיטאָגצײַט בין איך אַוועק אין דערבײַיִקן אויטאָמאַט”, וווּ מען האָט געקענט אַרײַנוואַרפֿן 25 סענט אין אַ גלעזערן פֿענצטערל און אַרויסבאַקומען פֿון אַ סענדוויטש ביז אַ קוכן. דאָס איז בײַ מיר געוואָרן אַ רוטין.
זיץ איך אַזוי בײַ אַ טישל און פּאָסמאַקעווע זיך מיט אַ מאכל, לייען מײַן ביכל, און באַמערק צומאָל נישט דעם יונגנמאַן, וואָס זיצן בײַם זעלבן טישל גלײַך אַנטקעגן מיר, ביז ער האַקט מיר איבער דאָס לייענען און מאַכט:
“זײַט מוחל, איר זײַט אַזוי פֿאַרטאָן אינעם לייענען, אַז איר באַמערקט צומאָל נישט, ווער עס זיצט לעבן אײַך.”
קוק איך אים אָן, אַן אינטערעסאַנט פּנים, אַ קאָפּ מיט שוואַרצע, געקרײַזלטע האָר, די אויגן שאַטען, און אויפֿן געזיכט אַ טרויעריקע מינע. ממש מײַן ראַסקאָלניקאָוו. ער וויל דווקא וויסן, ווי קומט עס, וואָס איך בין אַזוי פֿאַרטאָן אינעם לייענען. זאָג איך אים:
“איך לייען דאָסטאָיעווסקיס ‘פֿאַרברעכן און שטראָף’”.
“און אין וועלכער שפּראַך? עס זעט מיר נישט אויס צו זײַן ענגליש.”
“אויף ייִדיש.” — לאָז איך אים וויסן פֿרײַנדלעך.”
זאָגט ער מיר, אַז ער איז געגאַנגען אַ יאָר־צוויי אין אַ “סאַנדיי־סקול,” און זיך גאָרנישט אויסגעלערנט. און אַזוי טאָג־טעגלעך האָט מען ביידע געגעסן בײַם זעלבן טישל, ביז ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער וואָלט געווען אַ בעלן מיר זאָלן זיך טרעפֿן איין סוף־וואָך, אָבער נישט דעם סוף־וואָך, דעם סוף־וואָך טויג נישט, ווײַל ער מוז נעמען זײַן מאַמען אין משוגעים־הויז, וווּ עס געפֿינט זיך זײַן עלטערער ברודער.
ווי נאָר איך האָב דערהערט אַ משוגעים־אַנטשטאַלט, אַזוי איז מיר פֿאַרגאַנגען דער אַפּעטיט. איך האָב זיך גענומען אַרויסדרייען פֿונעם גאַנצן עסק, איך האָב פֿאַר זיך דערזען ראַסקאָלניקאָוון, דעם איידעלען סטודענט מיט אַ פֿאַרדאָרבענעם כאַראַקטער. פֿון יענעם טאָג אָן האָב איך מיטגענומען מײַן “סענדוויטש’’ אין אַ ברוינעם שקאַרמיצל און געגעסן מיטיק אין פּאַרק.
אונדזער הויז איז אַלעמאָל געווען באַצירט מיט ביכער־פּאָליצעס, אַזוי אין רוסלאַנד און אַזוי אין דעם פּליטים־לאַגער נאָך דער מלחמה. מײַנע עלטערן זײַנען געווען גוטע־ברידער מיט דער משפּחה ראָטנבערג, דער עיקר, מיט נפֿתּלין, וועלכער איז אָפֿטמאָל געקומען אונדז באַזוכן פֿון פֿעלדאַפֿינגער פֿליטים־לאַגער. נפֿתּלי איז געווען אַ לייענער, אַן אינטעליגענטער יונגערמאַן, אַ באַלעזענער, אַזוי אַז דער טאַטע און נפֿתּלי האָבן געהאַט אַ סך געמיינזאַמס.
די מאַמע מײַנע האָט זיך זעלטן געמישט אין זייערע שמועסן, ווײַל זי איז געווען באַשרענקט אין ליטעראַרישע ענינים, כאָטש זי פֿלעגט פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנגעקוקן אין אַ ייִדישע צײַטונג, אָבער ס’האָט איר געפֿעלט דער ליטעראַרישער קוואַל. נפֿתּלי איז געווען זייער אַ שיינער יונגערמאַן אין די שפּעטע צוואַנציקער, פֿאַרמאָגט אַ וואַרעמען שמייכל און אַ גוט האַרץ. ער האָט מיר אַלעמאָל געברענגט אַ שאַליקל אָדער שיינע נאָז־טיכלעך. איך האָב אים פֿאַרעכנט פֿאַר מײַנעם אַ גוטן פֿעטער.
די מאַמע פֿלעגט אים דערגיין די יאָרן:
“נפֿתּלי, פֿאַרוואָס האָט איר נישט חתונה, וואָסי, ס’פֿעלן שיינע מיידלעך?”
נפֿתּלי האָט איר דערלאַנגט אַ גוטמוטיקן שמייכל און געזאָגט:
“איך זוך אַן אינטעליגענט, באַוווּסטזיניק און אַ באַלעזן מיידל, און אַזעלכעס איז שווער צו געפֿינען צווישן די געראַטעוועטע מיידלעך. דער אמת איז, אַז די מלחמה האָט פֿון זיי צוגעראַבעוועט די לערן־יאָרן, און זיי האָבן פֿאַרפֿעלט דערצויגן צו ווערן.”
דער מאַמען איז געגאַנגען אין לעבן אים צו געפֿינען אַ שידוך. איז זי שנעל אַרויף אויפֿן צווייטן שטאָג פֿון אונדזער באַראַק־געבײַדע, צוגערופֿן די מוטער פֿון דער סימפּאַטישער מויד, וואָס האָט זיך אַרומגעדרייט איבערן לאַגער, ווי אַן אָפּגעהאַקטע הושענה, און נישט געקענט צופּאַסן זיך אַ שידוך, כאָטש מען האָט כּמעט אַלע מיידלעך אויסגעכאַפּט — שיינע, מיאוסע, מיט אַ הויקער אָן אַ הויקער, אַבי אַ פֿרויענצימער. גאָלדען האָט מען נישט אויסגעכאַפּט. האָט זיך מײַן מאַמע אַרײַנגעמישט און זיך געווענדט צו גאָלדעס מאַמען:
“הערטס מיך אויס, פֿרוי קראָנענגאָלד, אונטן בײַ אונדז אין שטוב געפֿינט זיך אַ טײַערער בחור, שיין ווי די וועלט און קלוג, ווי דער ליכטיקער טאָג. הערטס מיט קאָפּ, וואָס איך גיי אײַך פֿאָרלייגן. איר האָט אין שטוב אַ ביכל? אויב נישט ברענג איך עס אײַך אַרויף. זאָל גאָלדע אַראָפּקומען צו אונדז, אָבער זי מוז טראָגן מיט זיך אַ בוך, ער זאָל מיינען, אַז זי קען לייענען.”
און אַזוי איז געווען: גאָלדע איז אַראָפּגעקומען מיט אַ בוך אין האַנט, בעת נפֿתּלי האָט גערעדט פּאָליטיק מיט מײַן טאַטן. די מאַמע האָט גאָלדען באַקענט מיטן שיינעם און געראָטענעם יונגערמאַן, און זי האָט זיך תּיכּף פֿאַרליבט אין אים. אָבער, ווי נאָר זי האָט געעפֿנט ס’מויל אַזוי האָט ער דערזען, אַז זי איז נישט מילכיק, נישט פֿליישיק, נאָר פּאַרעווע; אַז פֿון איר וועיעט אַ עם־ארצות, באַגלייט מיט טיפּשות, און אַז פֿון דעם שידוך וועט אַרויסשפּרינגען זויערמילך.
אָבער גיי ווייס, וואָס דער מאָרגן קען ברענגען. נפֿתּלי איז געקומען קיין אַמעריקע מיט זײַן שוועסטער און ברודער, ביידע פֿאַרהייראַטע פּאָר־פֿעלקער. ער איז אין ניו־יאָרק כּמעט אונטערגעגאַנגען, אָן דער שפּראַך, אָן אַן אַרבעט. פֿאָרט ער איין פֿרימאָרגן אין “סאַבוויי” און וועמען דערזעט ער? גאָלדען. זיי האָבן זיך אַרומגעכאַפּט ווי אַלטע גוטע פֿרײַנד, ביידע זיך פֿאַרשטענדיקט אויף ייִדיש, צוויי פֿאַרלוירענע שאָף אינעם מידבר אַמעריקע. האָבן זיי זיך צוגעטוליעט איינער צום צווייטן און, צום סוף, חתונה געהאַט. און זיי זײַנען געווען דאָס אומגליקלעכסטע פּאָרל וואָס די וועלט האָט געזען. געהאַט דרײַ קינדער צוזאַמען, אומגעלומפּערטע, צעבאַלעוועטע, צעקראָכענע קינדער, און אַלץ צוליב אַ בוך. מײַן מאַמע האָט זיך געריסן די האָר פֿון קאָפּ, אפֿשר דערפֿאַר איז זי געבליבן האָרלאָז אויף דער עלטער.
און די לעצטע מעשׂה האָט צו טאָן מיט בערגעלסאָנס בוך “נאָך אַלעמען.” איך בין געווען פֿאַרטאָן אין די העלדן, בעת איך האָב עס געלייענט מיט גרויס אַפּעטיט. דער עיקר, איז די העלדין פֿונעם בוך געווען אַן אינטעליגענטע און באַלעזענע סטודענטקע, וועלכע האָט געהייסן מירעלע. זיכער האָב איך זיך אידענטיפֿיצירט מיט איר, אירע טרויעריקע געדאַנקען וועגן דעם שטעטל, וועגן די בחורים, וואָס האָבן זיך געדרייט אַרום איר, קיינער פֿון זיי האָט זי נישט אינטערעסירט. די וועלט איז געווען פּוסט און אויסגעשפּילט ביז… זי האָט באַגעגנט אַן אינטערעסאַנטן בחור, וועלכער האָט געאָטעמט מיט אַ געזונטן בליק אויף דער וועלט. ער איז אַרויסגעקומען פֿון ערד־ייִדן, יענע וואָס פֿאַרמאָגן ערד מיט גערטנער און קאָזעס, הינער און קאַטשקעס, ייִדן מיט רויטע באַקן און שטאַרקע ציין. געהייסן האָט דער בחור מענדל, און ער האָט מיטאַמאָל זיך פֿאַרוואַנדלט אין בערגעלסאָנס אַ געזונטן העלד, וועלכער האָט געפֿירט אַ פֿערד און וואָגן, און געווען אָפּגעשײדט פֿון יענע קרענקלעכע סטודענטן פֿונעם אונטערגייענדיקן שטעטל.
נו, אויב די העלדין האָט געהייסן מירעלע און דער העלד מענדל, איז געווען אַ סימן, אַז אַלץ איז אין בעסטן אָרדענונג מיט דער וועלט, און מיר דאַרפֿן שטעלן אַ חופּה, ווײַל דוד בערגעלסאָן האָט דאָס אַלץ פֿאָרויסגעזען. אַ סימן, דער שידוך איז געלונגען.
די ייִדישע ליטעראַטור איז נישט באַקאַנט דעם היגן, אַמעריקאַנעם עולם, ערשטנס, ווײַל זיי קענען נישט לייענען קיין ייִדיש; צווייטנס, ווײַל זיי לייענען זייער וואַרע אויף ענגליש אויף אַ מאַשינקעלע, וואָס מען קוקט אַרײַן אין דעם אין אויטאָבוס צי אין באַן, צי אין עראָפּלאַן. און וואָס לייענען זיי? אַמאָל “בעסט סעלערס,” ווי “האָביט,” וואָס מען האָט שוין פֿון דעם געמאַכט אַ פֿילם. זייער וויסן פֿון דער וועלט־ליטעראַטור איז שטאַרק באַשרענקט, ווײַל אין גימנאַזיע און קאָלעדזש האָט מען עס נישט געלערנט, אַ חוץ באַשעוויס־זינגערס ווערק, וואָס מען האָט איבערגעזעצט אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. לויט זיי קומט אויס, אַז די אַמאָליקע ייִדישע וועלט איז באַשטאַנען פֿון איבערגלויבנס, דיבוקים, גילגולים און נישט־גוטע. זיי הייבן נישט אָן צו וויסן, אַז די וועלט פֿון דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז אַמאָל באַשטאַנען פֿון שילן און ישיבֿות; אַ וועלט מיט ריזיקע טאַלאַנטן אין דער קונסט, אין אַ ליטעראַריש ווערק, אין וויסנשאַפֿט, טעאַטער, אַ פֿולבלוטיקע פּרעסע, ביבליאָטעקן, אַרײַנגערעכנט כּמעט די גאַנצע וועלטלעכע ליטעראַטור, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, און דערצו אַלע ווערק פֿון שעקספּירן.
מיט איין וואָרט, די ייִדישע וועלט אין אַמעריקע האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין “טעמפּל־מעמבערס,” אין “דזשיי־סי־סי” (דזשויִש קאָמיוניטי סענטערס), און דאָס איז נאָכן גרעסטן חורבן, וואָס איז אונדז באַפֿאַלן, כאָווען זיך די אַמעריקאַנער ייִדן אויף פּאַרעווע ייִדישקייט. און ביכער? ווער לייענט הײַנט ביכער? די צוקונפֿדיקע דורות וועלן פֿרעגן:
“וואָס איז אַ בוך? קיין מאָל נישט געהערט דערפֿון.” זײַט אונדז נישט מקנא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.