דער מאָסקװער אַקאַדעמישער צענטער „ספֿר‟, װאָס שטיצט אונטער ייִדישע לימודים אױף די ברײטע שטחים פֿונעם אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פֿירט אַדורך, שױן אין משך פֿון מער װי צען יאָר, זומער־שולן אין פֿאַרשידענע שטעט און שטעטלעך. סטודענטן און אַספּיראַנטן באַקענען זיך דאָ סײַ מיטן עבֿר, און סײַ מיטן הײַנט פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. די דאָזיקע פּראָגראַמען האָבן ניט בלױז אַ דערציִערישן און פּעדאַגאָגישן װערט. בעת דער פּראַקטישער פֿעלד־אַרבעט זאַמלט מען װיכטיקע פֿאַקטן און מען פֿירט דורך ערנסטע היסטאָרישע, פֿילאָלאָגישע און עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען.
פֿאַר אַ יאָרן האָט „ספֿר‟ אָנגעהױבן אַ נײַע סעריע פּובליקאַציעס, װאָס זאָלן פֿאַרסך־הכּלען די רעזולטאַטן פֿון זומער־פֿאָרשונגען (זײ זײַנען צוטריטלעך אױף דער װעבזײַט www.sefer.ru). צװישן די ערשטע אױסגאַבעס אין דער דאָזיקער סעריע איז אַרויס לעצטנס דער זאַמלבאַנד װעגן דעם מערבֿ־װײַסרוסישן שטעטל זשעלודאָק. די עקספּעדיציע קײן זשעלודאָק איז פֿאָרגעקומען אינעם זומער 2012 אין שותּפֿות מיט דעם גראָדנער אוניװערסיטעט. אין אונטערשיד צו די גוט באַקאַנטע יזכּור־ביכער און אַנדערע מעמאָריאַלע פּראָיעקטן אין אַמעריקע און ישׂראל, באַזירט זיך דאָס בוך „זשעלודאָק: זכר אָן אַ ייִדישן שטעטל‟ (רעדאַגירט דורך אירינאַ קאָפּטשענאָװאַ), דער עיקר, אױף די מינדלעכע דערצײלונגען פֿון די הײַנטיקע ניט־ייִדישע תּושבֿים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל.
אינעם פּרטימדיקן אַרײַנפֿיר מאַכן די גראָדנער היסטאָריקער אינע סאָרקינאַ און סערגײ פּיװאָװאַרטשיק אַן איבערזיכט פֿון דער זשעלודאָק־געשיכטע. פֿון דאַנען זײַנען אַרויסגעקומען אױך אַ פּאָר באַרימטע פּערזענלעכקײטן, װי דער װאַרשעװער העברעיִשער פֿאַרלעגער בן אַבֿיגדור און דער פֿראַנצױזישער קינסטלער פּינחס קרעמען. אינעם צװײטן אַרטיקל דערצײלט מאַריאַ סידאָראָװאַ־שפּילקער װעגן דעם חורבן פֿון דער ייִדישער קהילה. כּמעט צװײ טױזנט ייִדן פֿון זשעלודאָק און די סבֿיבֿות זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן דורך די אָפֿיצירן פֿון „עס־עס‟ און ליטװישע פּאָליציאַנטן דעם 9טן מײַ, 1942. שפּעטער איז דער דאָזיקער טאָג, דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער נצחון־טאָג, געװאָרן אױך דער טאָג פֿון אָנדענק און טרױער נאָך די אומגעקומען ייִדן פֿון זשעלודאָק. אין 2012 האָט די אָרטיקע אַדמיניסטראַציע צום ערשטן מאָל אָפֿיציעל אָפּגעמערקט די דאָזיקע טראַגעדיע, װי אַ טײל פֿון דער אָפֿיציעלער צערעמאָניע.
די דרײַ װײַטערדיקע אַרטיקלען, פֿון אָלגאַ שאַטאַלאָװאַ, אָלגאַ בעלאָװאַ און אָלגאַ שטשוקאַ, שילדערן די דערמאָנונגען פֿון די װײַסרוסישע פּױערים װעגן זײערע ייִדישע שכנים. היסטאָריש איז דאָס װײַסרוסישע פּױערטום פֿון פּאָלעסיע געװען זײער צוריקגעשטאַנען אין עקאָנאָמישן, סאָציאַלן און קולטורעלן הינזיכטן. זײ האָבן ניט געהאַט קײן אײגענע נאַציאָנאַלע אידענטיטעט און זיך געהאַלטן סתּם פֿאַר „טוטײשיע‟־„היגע‟. ייִדן האָבן געשפּילט זײער אַ װיכטיקע ראָלע אין זײער לעבן װי די אײנציקע פֿאַרבינדונג צװישן פּױערים מיט דער אַרומיקער װעלט.
גאַנץ מערקװירדיק איז געװען די לינגװיסטישע סיטואַציע אינעם קאַנט. אין די 1930ער יאָרן, װען מערבֿ־װײַסרוסלאַנד איז געװען אונטער דער פּױלישער שליטה, האָט מען דורכגעפֿירט אַ סאָציאָלאָגישן אױספֿרעג פֿון די װײַסרוסישע פּױערים. מען האָט געװאָלט װיסן, װי װײַט זײַנען זײ געװאָרן אינטעגרירט אין דער פּױלישער געזעלשאַפֿט. עס האָט זיך אָבער אַרױסגעװיזן, אַז די פּאָליטיק פֿון פּאָלאָניזירונג איז דורכגעפֿאַלן. דאָס רובֿ פּױערים האָבן געזאָגט, אַז ייִדיש איז פֿאַר זײ מער ניצלעך אײדער פּױליש, װײַל אױף ייִדיש פֿירן זײ געשעפֿטן מיט ייִדן אין די שטעטלעך. ייִדן האָבן אױך געקענט דעם פּױערישן לשון, װאָס זײ האָבן גערופֿן סתּם „גױיִש‟, אין אונטערשיד צו רוסיש און פּױליש.
אַ ספּעציעלן טײל אינעם בוך פֿאַרנעמען די זכרונות פֿון מאיר (מיראָן) מאָרדוכאָװיטש, אײנעם פֿון די געצײלטע ייִדן, װעמען עס האָט זיך אײַנגעגעבן צו ראַטעװען זיך פֿונעם חורבן. פֿאַר דער מלחמה איז זײַן פֿאָטער געװען אַ קאָמוניסט, און מאיר געדענקט, װי מען פֿלעגט זיך צונױפֿקומען אין זײער שטוב צו לײענען ראָמאַנען פֿון מאַקסים גאָרקי און מיכאַיִל שאָלאָכאָװ אױף ייִדיש. מען האָט עס געטאָן בסוד־סודות, הינטער די פֿאַרמאַכטע טירן, װײַל פֿאַר אַזאַ מין לעקטור װאָלט מען געקאָנט אַרײַנפֿאַלן אין אַ פּױלישער תּפֿיסה.
דעם פֿאָטערס קאָמוניסטישע אמונה האָט געראַטעװעט די גאַנצע משפּחה. װען היטלער איז באַפֿאַלן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָט די סאָװעטישע מאַכט עװאַקויִרט, קודם־כּל, די קאָמוניסטן און קאָמיוגיסטן פֿונעם שטעטל. װעגן ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר האָבן די סאָװעטן ניט געדאגהט. אַזױ אַרום זײַנען דאָס רובֿ ייִדן פֿאַרבליבן אין די געטאָס אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, און דערהרגעט געװאָרן אין משך פֿונעם ערשטן יאָר.
דער ענין פֿון מיטהעלפֿן די נאַציסטן אינעם אומברענגען די ייִדן איז אַװדאי זײער אַ סענסיטיװע טעמע אומעטום אין מיזרח־אײראָפּע, און װײַסרוסלאַנד איז ניט קײן אױסנאַם. דער אָפֿיציעלער נוסח פֿון דער געשיכטע דערהייבט דעם העראָיִשן קאַמף פֿון װײַסרוסישע סאָװעטישע פּאַרטיזאַנען און באַטאָנט די ריזיקע צאָל קרבנות צװישן דער װײַסרוסישער באַפֿעלקערונג. ייִדן פֿאַרנעמען אין דער דאָזיקער אָפֿיציעלער געשיכטע אַ באַשײדן אָרט, הגם מען אָנערקענט זײערע לײַדן. אָבער דערבײַ מאַכט מען קלאָר, אַז ס‘רובֿ נאַציסטישע מיטהעלפֿער זײַנען געװען פֿרעמדע: פּאָליאַקן, ליטװינער, אוקראַיִנער. דאָס פֿילט מען אױך, װען מען לײענט די אינטערװיוען מיט אײניקע הײַנטיקע זשעלודאָקער תּושבֿים.
אַ היפּשן היסטאָרישן װערט האָבן די דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען אַרײַן אינעם זאַמלבוך. אַ ספּעציעלע פּרטימדיקע פֿאָרשונג, מיט אַ רײַכן פֿאָטאָגראַפֿישן קאַטאַלאָג, איז געװידמעט דעם ייִדישן בית־עולם (רעדאַגירט דורך מאָטל גאָרדאָן און טאַמאַראַ סאָלאָמאַטינאַ). די קורצע אױפֿשריפֿטן דערצײלן אין אַ קאַרגן לאַקאָנישן סטיל װעגן די לעבנס פֿון די פּראָסטע ייִדן פֿון זשעלודאָק, אַ שטעלט װי הונדערטער אַנדערע שטעטלעך, אָבער מיט אַן אײגענעם פּנים און כאַראַקטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.