דער שפּאַנישער יוסטיץ־מיניסטער, אַלבערטאָ רויִז־גאַיאַרדאָן, האָט דערקלערט, בעת אַ שמועס מיט אַ דעלעגאַציע פֿון אַמעריקאַנער ייִדן, אַז די ספֿרדים וועלן קאָנען באַקומען די שפּאַנישע בירגערשאַפֿט נישט ווי אַן אינדיווידועלע דערלויבעניש פֿון דער רעגירונג, נאָך ווי אַן אויטאָמאַטיש רעכט. דעם 11טן פֿעברואַר, האָט דער מיניסטער אָפֿיציעל צוגעזאָגט די אויטאָמאַטישע בירגערשאַפֿט פֿאַר די ספֿרדים בעת זײַן באַגעגעניש מיט צענדליקער מיטגלידער פֿון דער „פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע הויפּט־אָרגאַניזאַציעס‟.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער שפּאַנישער ראַט פֿון מיניסטאָרן גוטגעהייסן דעם געזעץ־פּראָיעקט, לויט וועלכן די ספֿרדישע ייִדן, וואָס זייערע אָבֿות זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע אינעם 15־16טן יאָרהונדערט, וועלן קאָנען זיך אומקערן אינעם לאַנד פֿון זייערע אָבֿות און באַקומען דאָרטן די בירגערשאַפֿט. דער געזעץ־פּראָיעקט דאַרף נאָך אָנגענומען ווערן דורכן פּאַרלאַמענט. רויִז־גאַיאַרדאָן איז אָבער זיכער, אַז ס׳רובֿ דעפּוטאַטן וועלן אָפּשטימען לטובֿת דעם געזעץ. לויט זײַנע ווערטער, פֿאַרשטייען ס׳רובֿ שפּאַניער, אַז „דער גירוש־ספֿרד איז געווען אַ היסטאָרישער טעות און ווילן אויסנוצן די געלעגנהייט עס צו פֿאַררעכטן‟.
דער יוסטיץ־מיניסטער האָט מסביר געווען, אַז די ספֿרדים וועלן קאָנען ווערן שפּאַנישע בירגער אויף עטלעכע אופֿנים. די שפּאַנישע פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות קאָן באַשטעטיקן דעם ספֿרדישן אָפּשטאַם פֿון די קאַנדידאַטן. אַ קאָמפּעטענטע און אָנערקענטע רבנישע אָרגאַניזאַציע קאָן עס אויך טאָן.
מיט דער דעלעגאַציע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אָנגעפֿירט ראָבערט זשוגאַרמאַן און מאַלקאָם הוינלײַן. בעת דעם פֿיר־טאָגיקן וויזיט אין שפּאַניע, האָבן די דעלעגאַטן זיך געטראָפֿן מיט צענדליקער הויך־ראַנגיקע אָפֿיציעלע פֿאָרשטייער, אַרײַנגערעכנט דעם קיניג כואַן קאַרלאָס, וועלכער האָט אינעם יאָר 1992 דערקלערט, אַז שפּאַניע איז „דאָס היימלאַנד פֿון אַלע ספֿרדישע ייִדן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.