די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער דענישער מיניסטער פֿון אַגריקולטור, דאַן יאָרגענסען, געזאָגט דער נײַעס־אַגענטור „ריצאַו‟, אַז לויט די נײַע רעגירונג־רעגולאַציעס וועט מען אינגאַנצן פֿאַרווערן די ייִדישע כּשרע שחיטה אינעם לאַנד. דער ראָש פֿון דער ייִדישער קהילה אין דענמאַרק, פֿין שוואַרץ, האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם דאָזיקן קלאַנג. דעם 13טן פֿעברואַר, בעת אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט דער קהילה־פּרעזידענט געזאָגט, אַז יאָרגענסענס ווערטער האָבן פֿאַר אים געקלונגען „מאָדנע‟.
סײַ אָרטאָדאָקסישע ייִדן, סײַ טראַדיציאָנעלע מוסולמענער, גלייבן, אַז פֿאַר דער שחיטה טאָר מען נישט אַרײַנברענגען די בהמות אין אַ שאָק. דעם 17טן פֿעברואַר פּלאַנירט מען אײַנצופֿירן אין דענמאַרק נײַע געזעצן, לויט וועלכע אַזאַ מין שחיטה וועט זײַן פֿאַרבאָטן. דער מיניסטער פֿון אַגריקולטור האָט דערמאָנט, אַז געוויסע גרופּעס פֿאָדערן צו דערלויבן זיי צו שעכטן די בהמות אָן אַ שאָק, און באַטאָנט, אַז אין זײַן לאַנד וועט מען עס נישט דערלאָזן.
אין דער אמתן, ווי עס האָט דערקלערט שוואַרץ, האָבן די אָרטיקע ייִדן שוין לאַנג, זינט 1998, מסכּים געווען מיטן הכשר פֿונעם בריטישן הויפּט־רבנות, לויט וועלכן מע מעג יאָ אַרײַנטרײַבן די בהמות אין אַ שאָק בעתן שעכטן מיט ספּעציעלע מעכאַנישע מכשירים, וועלכע מאַכן די בעלי־חיים חלשן מיט אַ שטאַרקן קלאַפּ אינעם קאָפּ. די נײַע רעגולאַציעס פֿאַרווערט נישט אַזאַ מין שחיטה. עס באַקומט זיך, אַז מיט די נײַע געזעצן וועט דער מצבֿ בלײַבן דער זעלבער.
על־פּי־הלכה, ווי אויך לויט די מוסולמענישע כאַלאַל־נאָרמעס, מוז די בהמה בלײַבן בײַ איר באַוווּסטזײַן און נישט פֿאַרוווּנדעט ווערן, איידער מע שעכט זי. דער היתּר צו באַנוצן זיך מיט די דערמאָנטע מכשרים איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער קלאַפּ איז נישט גורם קיין וווּנדן; מע שעכט די בהמה גלײַך ווען זי פֿאַלט חלשות.
הרבֿ יצחק לעווענטאַל פֿון קאָפּענהאַגן האָט געזאָגט, אַז, אויף וויפֿל ער געדענקט, האָט מען אין די לעצטע צען יאָר סײַ־ווי־סײַ נישט געשאָכטן קיין בהמות פֿאַר כּשר פֿלייש אין דענמאַרק. עס קאָן זײַן, אַז לויטן דערמאָנטן היתּר מעג מען שאָקירן די בהמה גלײַך נאָך דער שחיטה, ווי עס האַלטן אַ טייל רבנים אין אַנדערע לענדער, אָבער נישט פֿריִער; ער ווייסט נישט די פּרטים, ווײַל דאָס כּשרע פֿלייש קומט קיין דענמאַרק פֿון אַנדערע לענדער.
אַ טייל דענישע ייִדן האָבן קריטיקירט דעם מיניסטער, ווײַל לויט זײַנע ווערטער באַקומט זיך, אַז די כּשרע שחיטה איז „אַכזריותדיק‟ און אַז ס׳איז כּדאַי זי צו פֿאַרווערן, ווײַל בלויז אַ קליינע צאָל מענטשן זענען אין דעם פֿאַראינטערעסירט. שוואַרץ האָט געטענהט, אַז דאָס קאָן זײַן אַ סימן פֿון דיסקרימינאַציע קעגן מינאָריטעט־גרופּעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.