אַליס הערץ־סאָמער, אַ באַקאַנטע קאָנצערט־פּיאַניסטקע און לערערין, איז די עלטסטע צווישן דער שארית־הפּליטה, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין טערעזינשטאַט. איצט איז די 110־יאָריקע פֿרוי געוואָרן אַ שטערן פֿון אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וועלכער איז הײַיאָר נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן „אָסקאַר‟. נישט געקוקט אויף די שוידערלעכע איבערלעבענישן פֿונעם חורבן און דעם בכּבֿודיקן עלטער, בלײַבט זי אָפּטימיסטיש, פֿריילעך און ענערגיש. דער 38־מינוטיקער פֿילם דערציילט וועגן איר ביאָגראַפֿיע, אָנהייבנדיק פֿון די קינדער־יאָרן אין פּראָג.
כּלערליי מענטשן, פֿון מלוכה־פּרעזידענטן ביז די שכנים אין לאָנדאָן, וווּ זי וווינט, רופֿן זי מיטן ערשטן נאָמען — אַליס. די לעגענדאַרע פֿרוי איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1903 אין אַ פֿאַרמעגלעכער מוזיקאַלישער און ליטעראַרישער משפּחה. פֿראַנץ קאַפֿקאַ — „דער פֿעטער פֿראַנץ, ווי מע האָט אים גערופֿן‟ — פֿלעגט אָפֿט קומען צו איר אַהיים. צווישן אַנדערע אָפֿטע געסט איז געווען דער קאָמפּאָזיטאָר גוסטאַוו מאַלער, און אַנדערע וועלט־באַרימטע מענטשן.
אַליס איז פֿון קינדווײַז אָן געווען אַ באַגאַבטע פּיאַניסטקע. מיט איר ערשטן קאָנצערט איז זי אויפֿגעטראָטן, ווען זי איז געווען אַ יונג מיידל. דערנאָך האָט זי חתונה געהאַט, און אָנגעהויבן לעבן מיר איר מאַן און זון אַ רויִק, געראָטן אייראָפּעיִש לעבן. אַלץ האָט זיך געביטן אינעם יאָר 1939, ווען די נאַצי־אַרמיי האָט אַרײַנמאַרשירט אין פּראַָג. צוליב די נײַע אַנטיסעמיטישע געזעצן, האָט אַליסעס מוזיקאַלישע קאַריערע זיך פֿאַרענדיקט. פֿונדעסטוועגן, האָט זיך דער משפּחה אײַנגעגעבן צו לעבן ווײַטער רעלאַטיוו רויִק אין פּראָג — אָבער נישט לאַנג.
אינעם יאָר 1943, האָט מען דעפּאָרטירט די מוזיקאַנטקע, צוזאַמען מיט איר מאַמען, מאַן און דעם זעקס־יאָריקן זון, רפֿאל, קיין טערעזינשטאַט — אַ פֿעסטונג־שטאָט דרײַסיק מײַל פֿון פּראָג, באַקאַנט אויף ייִדיש ווי טערעזין, וווּ די נאַציס האָבן געשאַפֿן אַן אומגעוויינטלעכן „מוסטער־לאַגער‟, וווּ זיי האָבן דערלויבט די ייִדן צו אָרגאַניזירט קאָנצערטן, טעאַטער־ספּעקטאַקלען און אַפֿילו פֿוטבאָל־פֿאַרמעסטן.
צוערשט, האָט אַליס נישט געוווּסט וועגן דעם חורבן, און האָט זיך נישט איבערגעשראָקן פֿון דער דעפּאָרטאַציע. באַלד איז זי אָבער געווויר געוואָרן, אַז די נאַציס האָבן אומגעבראַכט איר מאַמען און מאַן. איר אַליין האָט זיך אײַנגעגעבן ניצול צו ווערן צוליב דעם מוזיקאַלישן טאַלאַנט. רפֿאל, אַליסעס זון, האָט אויך איבערגעלעבט די מלחמה, אָבער שפּעטער געשטאָרבן אין לאָנדאָן, בײַ 65 יאָר.
די שרײַבערין קעראָלין שטעזינגער האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דער עלטסטער פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה. זי האָט איבערצײַגט דעם רעזשיסאָר מאַלקאָם קלאַרק צו שאַפֿן אַ פֿילם וועגן איר. קלאַרק האָט שוין געוווּנען אַן „אָסקאַר‟, אינעם יאָר 1989, פֿאַר אַן אַנדער פֿילם וועגן דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין טערעזין. ניק ריד, דער פּראָדוסער פֿונעם פֿילם, האָט דערציילט, אַז דער דאָקומענטאַר האָט נישט געקאָסט קיין סך געלט. די פּלוצעמדיקע פּאָפּולאַריטעט פֿון אַ קינאָ־דערציילונג וועגן דער אַלטער פֿרוי האָט אים שטאַרק פֿאַרחידושט. ריד און קלאַרק זענען ביידע געבוירן געוואָרן אין ענגלאַנד און וווינען איצט אין קאַנאַדע.
דער 26סטן פֿעברואַר, וועט זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנהייבן די פּרעמיערע פֿונעם פֿילם. דערנאָך וועט מען אים ווײַזן אַרום דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.