ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris


פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published February 18, 2014, issue of March 14, 2014.

פֿילם־סעריע אויף דעם ייִדישן טעלעוויזע־קאַנאַל „אַרטע‟

אויף דער פֿראַנצייזיש־דײַטשער טעלעוויזיע־סטאַנציע “אַרטע” (Arte) קען מען איצט זען אַ דאָקומענטאַר־סעריע וועגן די אַמעריקאַנער סופּער־העלדן און די ייִדישע אויטאָרן, וואָס האָבן זיי אויסגעטראַכט. די סעריע „Super-héros: l’éternel combat‟, „סופּער־העלדן, דער אייביקער קאַמף‟, איז אַן איבערבליק פֿון זיבעציק יאָר געשיכטעאין דער בילדער־שטרײַפֿן־אינדוסטריע אין אַמעריקע, וואָס אַזוי פֿיל פֿון אירע קינסטער זענען געווען ייִדן.

די קינדער פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין שווערע באַדינגונגען, האָבן שפּעטער געחלומט וועגן העלדן מיט אויסערגעוויינטלעכע כּוחות, און זייערע המצאָות האָבן שטאַרק באַאײַנפֿלוסט די פּאָפּולערע קולטור און די קינדער־קולטור אין אַמעריקע און אַרום דער גאַנצער וועלט. אַזוי האָבן די קינסטלער דזשערי סיגעל (Jerry Siegel) און דזשאָ שוסטער (Joe Shuster) אויסגעטראַכט סופּערמאַן אין 1938, און ווי באַקאַנט, איז ער שפּעטער געוואָרן דער ערשטער פֿון אַ לאַנגער דינאַסטיע העלדן, וואָס זייער געשיכטע איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און מיט דער געשיכטע פֿון ייִדן אין אַמעריקע.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דער ייִדישער מוזיי אין פּאַריז שוין געוויזן אַן אויסשטעלונג אויף דער טעמע, און וועגן ייִדישע בילדער־שטרײַפֿן־קינסטלער בכלל.


מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג „ייִדן אין האָלאַנד‟

אינעם קולטורעלן צענטער אַנדרע נעהער אין דער שטאָט נאַנט (Centre Culturel André Neher de Nantes) האָבן מיט אַ פּאָר טעג צוריק די מוזיקערין Muriel H און איר אָרקעסטער געהאַלטן אַ גרויסע מוזיקאַלישע גאַלאַ אויף דער טעמע „ייִדן אין האָלאַנד‟. ייִדן וווינען אין האָלאַנד שוין מער ווי 400 יאָר, און די ייִדיש־האָלענדישע קולטור און מוזיק איז זייער אַ רײַכע און אַן אינטערעסאַנטע. צום טייל, איז זי פֿאַרבונדן מיט דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון די שפּאַנישע און פּאָרטוגעזישע מאַראַנען וואָס זענען צוריקגעקומען צו ייִדישקייט וויבאַלד זיי האָבן זיך באַזעצט אין די נידערלאַנדן.


אַ סימפּאָזיום אין שטראַסבורג

אין שטראַסבורג איז מיט אַ וואָך צוריק פֿאָרגעקומען דער 36סטער סימפּאָזיום פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט פֿון עלזאַס־לאָרען, נאָך אַן אייראָפּעיִשער ראַיאָן, וואָס האָט אַ לאַנגע ייִדישע געשיכטע. די הײַיאָריקע טעמע איז געווען „אַרכיוון און ירושה, נײַע שטודיעס‟. צווישן די רעדנערס איז געווען פּראָפֿעסאָר אַסטריד שטאַרק־אַדלער (Astrid Starck-Adler) וואָס האָט גערעדט וועגן מערבֿ־ייִדיש אין ירושלים, עליאַן ראָס (Eliane Roos) וואָס האָט דערציילט וועגן חשבונות־רייסטערס פֿון ייִדישע מוכרי־ספֿרים אין דאָרפֿישן עלזאַז אין 18טן י”ה, און זשאַן־פֿיער לאַמבער (Jean-Pierre Lambert); וואָס האָט גערעדט וועגן רעפּרעזענטאַציעס פֿון ייִדן אינעם קאַטעדראַל פֿון שטראַסבורג.


אַ נײַער פֿילם וועגן די ייִדישע פּליטים אין דאָמיניקאַנער רעפּובליק

אינעם „הילל־צענטער‟ אין ליאָן האָט מעט נעכטן פּראָיעקטירט דעם פֿילם “Shalom Amigos” וועגן דער רעלאַטיוו אומבאַקאַנטער געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים וואָס זענען געקומען אין דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאָך די נירנבערגער געזעצן פֿון 1935 זענען אַלץ מער און מער ייִדן אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד און געפּרוּווט צו געפֿינען אַן אָרט זיך צו ראַטעווען. ס’רובֿ פֿון זיי האָבן געוואָלט פֿאָרן קיין אַמעריקע, נאָר צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן שטאַרק רעדוצירט די צאָל וויזעס, וואָס זיי האָבן אַרויסגעגעבן. כּדי צו געפֿינען אַ לייזונג פֿאַר דער דרינגענדיקער פּליטים־פּראָבלעם, האָט רוזוועלט צונויפֿגערופֿן די עוויאַן קאָנפֿערענץ אין יולי 1936. עס האָבן אָנטייל גענומען 32 לענדער און 24 אָרגאַניזאַציע. אַלע זענען געווען שטאַרק באַזאָרגט לגבי דעם גורל פֿון די פּליטים, און עטלעכע לענדער האָבן צוגעזאָגט אַרײַנצולאָזן מער פֿון זיי. נאָר קיין שום גרויס לאַנד האָט נישט געוואָלט שטאַרק בײַטן זייער פּאָליטיק פֿון אָננעמען פּליטים. נאָר די דאָמיניקאַנער רעפּובליק האָט געזאָגט, אַז זיי זענען מסכּים אויפֿצונעמען 100 טויזנט ייִדישע פּליטים, אַ ריזיקע צאָל פֿאַר אַזאַ קליינעם אינדזל. צום באַדויערן, האָט מען נישט גענוג גוט אינפֿאָרמירט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס וועגן דער מעגלעכקייט צו פֿאָרן אַהין, אָבער עטלעכע טויזנטער ייִדן האָבן זיך פֿאָרט דערוווּסט און געפֿונען אַ נײַע היים אין די קאַריבן צווישן די יאָרן 1938 און 1942. דער פֿילם פֿון די רעזשיסאָרן אַדריאַן וואַלטער און עמנואל קלעמאַנסאָ ווײַזט די שיינע געשיכטע פֿונעם ברייטהאַרציקן אויפֿנעם פֿון די־אָ ייִדן.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.