דן דוד האָט געשאַפֿן די פֿונדאַציע “קרן דן דוד”, וואָס איר קאַפּיטאַל באַטרעפֿט הונדערט מיליאָן דאָלאַר. יעדעס יאָר באַקומען זיבן לאַורעאַטן זיבן מיליאָן דאָלאַר פֿאַר זייערע דערגרייכונגען אויף פֿאַרשיידענע געביטן: אין הומאַניסטיק, קונסט, נאַטור־וויסנשאַפֿטן און ביזנעס. (יעדער לאַורעאַט באַקומט אַ מיליאָן).
צווישן די געווינער פֿון דער פֿונדאַציע זענען: דער ייִדישער ענגלישער רעזשיסאָר פּיטער ברוק, דער כינעזישער טשעליסט יאָ יאָ מאַ, דער ישׂראלדיקע שרײַבער עמוס עוז, דער געוועזענער בריטישער פּרעמיער טאָני בלייר, דער גענאָם־פֿאָרשער דייוויד באָטשטיין, און נאָך און נאָך.
הײַיאָר האָט די פּרעמיע געוווּנען דער פּוילישן שרײַבער און כּלל-טוער קשישטאָף טשישעווסקי. טשישעווסקי איז באַקאַנט צווישן אַנדערע פֿאַר זײַן אַרבעט אין שייני (SEJNY), אַ שטעטל בײַ דער ליטווישער גרענעץ, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די גרויסע שיינע שיל אין שייני דינט הײַנט ווי דער צענטער פֿון דער אַזוי גערופֿענער BORDERLAND FOUNDATION. טשישעווסקי איז דער גרינדער און פֿאָרזיצער פֿון אָט דער פֿונדאַציע. די פֿונדאַציע באַמיט זיך צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון מינדערהייט־קולטורן, וואָס זענען אַ טייל פֿון דער פּוילישער קולטורעלער ירושה און דער ייִדישער קולטור בתוכם. די פֿונדאַציע האָט, למשל, אַרויסגעגעבן יאַן גראָסעס בוך “שכנים”, וואָס דערציילט וועגן דעם בלוטיקן פּאָגראָם אין יעדוואַבנע, וואָס די פּאָליאַקן האָבן געמאַכט אויף זייערע ייִדישע מיטבירגער.
דן דוד, וואָס איז געשטאָרבן אין יאָר 2011, איז געווען אַ ייִדישער ביזנעסמאַן און פֿילאַנטראָפּיסט. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1929 אין בוקאַרעשט. דערציילט האָט ער, אַז אַפֿילו אין די שווערע צײַטן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט די מאַמע אים דערצויגן צו זײַן תּמיד אַ שטאָלצער ייִד.
דן דוד איז ניצול געוואָרן און איז אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. אָבער זיין מאַיאָנטיק האָט ער געמאַכט אין אייראָפּע. ער איז געווען דער בעל־הבית פֿון “פֿאָטאָ-מי”, די פֿירמע, וואָס האָט געשטעלט אומעטום די פֿאָטאָ־בודקעס, וווּ מען קען פֿאָטאָגראַפֿירן זיך אַליין.
פּוילן, ווי אַלע מדינות פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, האָט צוויי פּאַראַלעלע רעגירונגען: אַן אָרטיקע רעגירונג אין וואַרשע, און אַ כּלל־אייראָפּיִשע — אין בריסל. מיר האָבן אויך צוויי פּרעזידענטן, צוויי אויסן מיניסטאָרן און אזוי ווײַטער.
דער פּרעזידענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, מאַרטין שולץ, אַ דײַטש, האָט געהלאַטן דעם 12טן פֿעברואַר אַ רעדע אינעם ישׂראלדיקן פּאַרלאַמענט, טאַקע אויף דײַטש, וועגן דעם מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, די באַציִונגען צווישן אייראָפּע און ישׂראל, און אזוי ווײַטער.
צווישן אַנדערע האָט ער איבערגעחזרט אַ טענה, וואָס ער האָט געהערט פֿון אַן אַראַבישן יונגן־מאַן אין ראַמאַלאַ, אַז ישׂראל דיסקרימנירט די פּאַלעסטינער, וואס שייך דער וואַסער־פֿאַרטיילונג. שולץ האָט אליין געזאָגט, אַז ער האָט נישט נאָכגעפֿרעגט בײַ עקספּערטן, צי די טענה איז אַ ריכטיקע.
ווי קען דען דער פּרעזידענט פֿון 28 מדינות און 508 מיליאָן מענטשן האַלטן אַ רעדע אָן דער הילף פֿון עקספּערטן? אַ רעדע, וואָס באַשולדיקט אַ צווייטע מלוכה, וווּ ער איז געקומען צו גאַסט און וואָס ווערט טראַנסמיטירט אויף דער גאַנצער וועלט, בלײַבט אַ רעטעניש.
די טעג האָט שולץ געטענהט צו די דײַטשיע מעדיאַ, אַז ער פֿאַרשטייט נישט פֿאַרוואָס די ישׂראלדיקע דעפּוטאַטן און פּרעמיער נתניהו בתוכם האלטן, אַז זײַן רעדע איז געווען אַ פֿײַנטלעכע. שולץ איז מסתמא גערעכט. ער איז נישט דער ערגסטער קריטיקער פֿון ישׂראל אין אייראָפּע. למשל: ער האַלט נישט פֿון קיין חרם אויף דער ייִדישער מדינה.
ווי ס’האָט געזאָגט אַלבערט אײַנשטיין, און צוויי ייִדישע קאָמיקער, דזשיגאַן און שומאַכער האָבן עס איבערגחזרט אין זייער אומפֿאַרגעסלעכן סקעטש “אײַנשטיין־ווײַנשטיין” — אלץ אויף דער וועלט איז רעלאטיוו. די קנאַפּע ליבע צו ייִדן אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.