געוויינטלעך, האַלט איך זיך פֿון דער ווײַטנס, בעת עס גייען אָן הייסע וויכּוחים אויף די שפּאַלטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ וועגן ייִדישער קולטור. אין אַלגעמיין, מיין איך, בלײַבט דער עולם לייענער און די מערהייט פֿון די שרײַבער קילבלעך, אַז עס גייט די רייד וועגן פּאָליטיק, מלחמות, קריזיסן, צרות און שאר-ירקות; אָבער ווען מע רירט אָן דעם כּבֿוד פֿון דעם אָדער יענעם מחבר, צינדן זיי זיך אָן מיט העליש פֿײַער, רײַסן זיך אויף ווי אַ וווּלקאַן, און איך האָב מורא, אַז אַ שפּליטער זאָל אין מיר, חלילה, אויך ניט טרעפֿן.
און דאָך, נעם איך זיך אָן מיט האַרץ, טו אָן אַ טאָפּלט דיקע הויט, שמיד אויס אײַזערנע נערוון, און לאָז זיך אין סאַמע ברען פֿונעם שלאַכט. איך מיין, די צוויי אַרטיקלען וועגן דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן פּאָעט: איך וועל זיך נישט אַרײַנלאָזן אין די וועגן און אומוועגן פֿון דער דעבאַטע, און זיכער זיך נישט גראָבן מיטן גראָבן פֿינגער אַרום דער קשיא: סוצקעווער, מאַנגער צי גאָר לייוויק. דער ריינער אמת איז, אַז עס גייט מיר טאַקע נישט אָן; איך פֿאַרשטיי נישט, ווער עס נייטיקט זיך אַזוי שטאַרק אין אַ נאַציאָנאַלן פּאָעט? צוריק גערעדט, פֿאַרוואָס מוז מען אָנטאָן אַלערליי כּיבודים און באַזינגען די גרויסקייט פֿון אַ באַליבטן פּאָעט, אַנשטאָט זיך צו באַנוגענען מיט שעפּט הנאה, גלאַט אַזוי, בשעתן לייענען.
איין טענה האָט צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק: דהײַנו, אַז אין ישׂראל גייט מען אויס נאָך „אַבי ווער‟, זאָל ער אַפֿילו זײַן דער גרעסטער גראַפֿאָמאַן, וואָס לײַדט פֿון גרויסקייט-שגעון דערצו, אַבי נישט צוקומען צום ייִדישן וואָרט. איך האַלט, אַז אַזאַ זאָג און אויף אַזאַ אופֿן, איז פֿאַרפֿירעריש און ווײַט פֿון דעם אמת.
איך בין זיכער, אַז נישט אַלע פֿון אונדזערע לייענען און מחברים באַהערשן העברעיִש, און זענען באַהאַוונט אין דער ישׂראלדיקער קולטור; זיי קענען נישט אַרויסגעבן זייער אייגענעם פּסק, דעריבער וויל איך באַלויכטן אָט דעם טעמפּן ווינקל.
איך געדענק נאָך, ווי אין די ראַמען פֿון דעם מאַטורע-עקזאַמען אין ליטעראַטור, האָב איך געמוזט (יעדנפֿאַלס, דעמאָלט האָב איך דאָס אַזוי באַנומען) לייענען „דעם קנעכט‟ און די דערציילונג „דער שליסל‟ פֿון יצחק באַשעוויסן; מײַן ברודער האָט געלייענט „מנחם-מענדל‟ און אויסצוגן פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟. איך קען נישט עדותן וועגן די לעצטע יאָרן, נאָר ווי עס זאָל נישט זײַן, איז שווער צו זאָגן, אַז אין מײַן שול האָט מען אומישנע איגנאָרירט די ייִדישער ליטעראַטור.
אַז מע וועט זיך מטריח זײַן אין אַ ביכער-קלייט, וועט מען, געוויס, „זיך אָנטרעפֿן‟ אויף י.י. זינגער, שלום-עליכם, באַשעוויס (ווידער ער!), דער נסתּר, „מגילה‟־לידער און, איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז אויכעט אַ סוצקעווער־בוך אויף רפֿואה וועט איר דאָרט געפֿינען. אַחוץ דעם, זאַמלונגען, וואָס זענען לעצטנס דערשינען, ווי „ייִדיש און העברעיִש אין אַמעריקע‟, איבערזעצונגען פֿון ייִדישע לידער אאַ”וו.
מיט אַ יאָר צוריק האָט מען אַפֿילו אַרויסגעגעבן דעם ראָמאַן פֿון אַלטער קאַציזנע, „שטאַרקע און שוואַכע‟… איך שרײַב „אַפֿילו‟, ווײַל אַפֿילו די פֿאַרברענטע ייִדישיסטן, און איך בתוכם, קענען נישט אָט דעם ראָמאַן.
צי האָט מען געקענט אַרויסווײַזן אַ מער לעבעדיקן אינטערעס צו ייִדיש? מסתּמא יאָ, מע האָט געקענט איבערזעצן מער? אַוודאי! און דאָך, עס איז אומיושרדיק צו זאָגן, אַז עס הערשט אין דער ישׂראלדיקער קולטור אַ ייִדיש-וויסטעניש.
מע האָט אַ ייִנגערן דור פֿון ישׂראלדיקע ליטעראַטן, וואָס קענען, פֿאַרטיפֿן זיך און איבערזעצן פֿון ייִדיש ווי, בעני מער, רועי גרינוואַלד, מתן חרמוני (וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ ראָמאַן וועגן ייִדיש און מיט אַ ייִדישן טעם, „היברו פֿאַבלישינג קאָמפּאַני‟). די רעדאַקטאָרין פֿון דעם ליטעראַרישן זשורנאַל „הו!‟, דורי מאַנאָר, אַליין אַ פּאָעט און פֿאַרהערערין פֿון… סוצקעווער; און משה סאָקאָל, וואָס האָט זיך אויסגעלערנט די שפּראַך, און די רשימה האָט זיך נאָך נישט אויסגעשעפּט.
עס גייט נישט די רייד וועגן אַ כאָפּטע טשודאַקעס, גראַפֿאָמאַנען; זיי זענען אָנגעזעענע שרײַבער און פֿאָרשער. אָט די נייגונגען און ווינטן האָבן נישט קיין אָפּקלאַנג בײַם ברייטן ציבור, קודם-כּל, ווײַל ליטעראַטור בכלל האָט אָנגעוווירן איר צוצי-קראַפֿט. זי איז פֿון לאַנג אַראָפּ פֿון דער מדרגה. הײַנטיקע צײַטן איז זי געוואָרן אַ „שפּיל‟ פֿון זייער אַ שמאָלן קרײַז.
למשל, דער דערמאָנטער ליטעראַרישער זשורנאַל „הו!‟ איז טאָטאַל אומבאַקאַנט. מע קען אים קריגן בלויז אין אַ צווייט־ראַנגיקער ביכער־קראָם פֿאַר אַ ביליקן פּרײַז, און עס גייט דאָך די רייד וועגן אַ העברעיִשן זשורנאַל. די גאַנצע העברעיִשע ליטעראַטור שטייט אויף הינערישע פֿיסלעך, אָבער דאָס איז שוין אַ מעשׂה פֿאַר זיך. שוין נישטאָ קיין באַרימטע שרײַבער, אָפּגערעדט, פֿון פּאָעטן.
דער ברייטער עולם-גולם פּאָסמאַקעוועט זיך מיט זינלאָזע „רעאַליטיס‟, און האָט נישט קיין מיינונג וועגן ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור — נישט צום גוטן און נישט צום שלעכטן; ביידע ליטעראַטורן ליגן זיי אין דער לינקער פּאה.
דער גלײַכגילט אַנטוישט אונדז, עס טוט וויי, וואָס די סיטואַציע איז אַזאַ, אָבער מיר טאָרן זיך נישט לאָזן ווידער גיין אויף דער באַנאַלער סטעזשקע פֿון באַוויינען דעם גורל און אויסרעכענען די קרומקייטן, וואָס זענען באַגאַנגען געוואָרן קעגן ייִדיש. אומוויסן, גלײַכגילט און מאַנגל אין נײַגעריקייט זענען גאָר אַ פֿאַרשפּרייטע קרענק, וואָס קומט אין באַריר מיטן געשריבענעם וואָרט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף העברעיִש.
איך קען עדות זאָגן, אַז אַ געוויסע צאָל העברעיִשע ליבהאָבער פֿון דעם געשריבענעם וואָרט, זענען גראָד פּאָזיטיוו געשטימט צו ייִדיש. עס איז מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן, אַז מ’איז מיך מקנא, ווײַל איך קען לייענען אַלץ אינעם ייִדישן מקור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.