אַזוי ווי אין די לעצטע 85 יאָר, וועט האָליוווּד אויך הײַיאָר צוטיילן די „אָסקאַר‟-פּריזן פֿאַר די בעסטע פֿילמען פֿון יאָר 2013 בעת דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע. זי וועט פֿאָרקומען, ווי פֿריִער, אין לאָס־אַנדזשעלעס אָנהייב מאַרץ, אַ וואָך שפּעטער ווי יעדעס יאָר, כּדי עס זאָל נישט ווערן, חלילה, קיין קאָנפֿליקט מיט די אָלימפּישע ווינטער-פֿאַרמעסטן אין רוסלאַנד. די הײַיאָריקע נאָמינירטע פֿילמען אַנטפּלעקן אַן אינטערעסאַנטן אויסקלײַב, וואָס נישט ווייניק פֿון די פֿילמען האָבן וואָס צו זאָגן מכּוח די סאָציאַלע פּראָבלעמען אין אַמעריקע.
אין דער קאַטעגאָריע פֿון דעם „בעסטן פֿילם‟ געפֿינען זיך אין סך-הכּל נײַן פֿילמען. איינער פֿון זיי, „12 יאָר אַ שקלאַף‟ (12 Years a Slave), באַהאַנדלט די פֿינצטערסטע תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע — שקלאַפֿערײַ. באַזירט אויף אַ מעשׂה-שהיה, איז זײַן סצענאַר אָנגעשריבן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון סאָלאָמאָן נאָרטאָפּס זכרונות; אינמיטן 19טן י”ה איז ער אַרויסגעגנבֿעט געוואָרן פֿון די צפֿונדיקע אַמעריקאַנער שטאַטן, און פֿאַרקויפֿט געוואָרן ווי אַ שקלאַף צו אַ ווײַסן בעל-הבית אינעם דרומדיקן טייל פֿון אַמעריקע.
אין עטלעכע זײַנע אינטערוויוען, האָט דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם, סטיב מעקווין, באַטאָנט די גרויסע השפּעה, וואָס שפּילבערגס פֿילם „שינדלערס רשימה‟ (1993), האָט געהאַט אויף זײַן אייגענעם פֿילם. און טאַקע, עס זענען דאָ אַזעלכע, וואָס רופֿן „12 יאָר אַ שקלאַף‟ ווי „שינדלערס רשימה פֿון די שוואַרצע‟. אַזוי צי אַזוי, רעדט זיך וועגן אַ שטאַרקן און בכלל נישט קיין לײַכטן פֿילם, וואָס שילדערט יענע תּקופֿה מיט אַלע אירע ברוטאַלע און אַכזריותדיקע אַספּעקטן.
„12 יאָר אַ שקלאַף‟ פֿאַרטײַטשט דעם ענין ראַסיזם ווי אַן אידעאָלאָגיע, וואָס איר פֿונקציע איז צו באַרעכטיקן די עקאָנאָמישע דאָמינירונג פֿון איין עטנישער גרופּע איבער דער צווייטער. אָט דער טײַטש שטימט מיט דער אָנגענומענער דעה צווישן דער וויסנשאַפֿטלעכער קהילה, אַז ס’זענען אַבסאָלוט נישטאָ קיין ראַסע-אונטערשיידן צווישן מענטשן, נאָר גיכער, אַז די גאַנצע מענטשהייט באַלאַנגט צו דער זעלבער ראַסע; און אַז די פֿאַרשידענע הויט-קאָלירן צווישן מענטשן זענען בלויז אַ פּועל-יוצא פֿון זייער אויסשטעל-ניוואָ צו דער זון, נישט מער.
צוויי אַנדערע „אָסקאַר‟-נאָמינירטע פֿילמען באַווײַזן די ייִדישע ניו־יאָרק־געשטאַלטן, וואָס באַזירן זיך ביידע אויף אמתדיקע געשעענישן. אין דעם אויסערגעוויינטלעך שאַרפֿן פֿילם „אַמעריקאַנער שפּיצל‟ (American Hustle) הייסט דער העלד ערווינג ראָזענפֿעלד (מעלווין ווײַנבערג — אין רעאַלן לעבן). ער איז אַ מין ממזר, אַ קלוגער, וואָס אַ דאַנק זײַן שאַרפֿן מוח, איז ער מצליח צו מאַכן אַ ויבֿרח סײַ פֿונעם „עף.בי.אײַ.‟ און סײַ פֿון דער מאַפֿיע, און צום סוף נאָך צו פֿאַראייניקן זיך מיט זײַן געליבטער. אויב דער פֿילם „אַמעריקאַנער שפּיצל‟ באַאַרבעט זייער פֿרײַ די היסטאָרישע געשעענישן אַרום דעם „אַבסקאַם‟-סקאַנדאַל (Abscam), און שאַפֿט דערפֿון אַ מין דערהײַנטיקטע פּורים-שפּיל, בלײַבט דער פֿילם „דער וואָלף פֿון וואָלסטריט‟ געטרײַ די אויטענטישע היסטאָרישע פּאַסירונגען.
דער פֿילם „דער וואָלף פֿון וואָלסטריט‟ (The Wolf of Wall Street) פֿאַרנעפּלט אַ ביסל דעם ייִדישן אָפּשטאַם פֿון זײַן העלד דזשאָרדן בעלפֿאָרט, אפֿשר כּדי אויסצומײַדן די אַסאָציאַציע צווישן דעם געלט־גנבֿ בעלפֿאָרט און די באַקאַנטע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן. סקאָרסעזע, דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם, שאַפֿט אין זײַן ווערק אַ קלאָרן פּאַראַלעל צווישן די קרימינאַלע אויפֿפֿירונגען פֿון דער מאַפֿיע, וואָס ער האָט געהאַט באַהאַנדלט אין זײַנע פֿריִערדיקן פֿילמען, און דער חזירישער אויפֿפֿירונג מצד דער פֿינאַנציעלער אינדוסטריע.
עס שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע, צי סקאָרסעזע האָט באמת געשאַפֿן אַ סאַטירע פֿון דער דאָזיקער וועלט, ווי ער אַליין זאָגט, אָדער ס‘איז אַ פֿילם, וואָס אין אַ געוויסער מאָס גלאָריפֿיצירט בעצם די דאָזיקע וואַקכאַנאַליע; די העלדן דאָרט מאַכן דאָך גאָר אַ לוסטיק לעבן אין גאַנג פֿון לאַנגע אַמוזירנדיקע סצענעס אינעם פֿילם. דער ענטפֿער צו אָט דער סוגיא וועט מסתּמא בלײַבן צווייטײַטשיק.
עטלעכע פֿון מײַנע אייגענע אויסקלײַבן פֿאַר די „אָסקאַרס‟ וואָלטן געווען: דער בעסטער פֿילם — „אַמעריקאַנער שפּיצל‟; און דער פּריז פֿאַרן בעסטן אַקטיאָר צוטיילן קריסטיאַן בייל, אין דער ראָלע פֿון ערווינג ראָזענפֿעלד. קייט בלאַנשעט זאָל זיכער געווינען דעם פּריז פֿאַר דער בעסטער אַקטריסע אין וווּדי אַלענס באַאַרבעטונג פֿון טענעסי וויליאַמס „בלויער זשאַסמין‟. און דזשאָנאַ היל, וואָס האָט זיך אויסגעצייכנט אינעם פֿילם „דער וואָלף פֿון וואָלסטריט‟, פֿאַרן בעסטן צווייטן אַקטיאָר.
וואָס שײך די ישׂראלדיקע פֿילמען, זעט מען זיי נישט אינעם הײַיאָריקן „אָסקאַר‟־פֿארמעסט. אין פֿאַרגלײַך מיט די לעצטע פּאָר יאָר, איז קיין איין ישׂראלדיקער קאַנדידאַט פֿאַר די “אָסקאַר”-פּריזן אין דער קאַטעגאָריע פֿון דעם „בעסטן פֿילם אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך‟ — ניטאָ. וואָס געפֿינט זיך יאָ אין דער זעלבער קאַטעגאָריע איז אַ פּאַלעסטינער פֿילם מיטן נאָמען „אָמאַר‟ (Omar), וואָס באַשעפֿיקט זיך מיטן פּאַלעסטינער קאַמף קעגן דער ישׂראלדיקער באַזעצונג, דורך דער געשיכטע פֿון איין יונגן העלד מיטן נאָמען אָמאַר. צום טייל, איז „אָמאַר‟ פֿילמירט געוואָרן אויך אין ישׂראל גופֿא, אין דער שטאָט נצרת, אָבער אין אַלגעמיין איז דער פֿילם אַ פּאַלעסטינער פּראָדוקציע פֿון קאָפּ ביז די פֿיס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.