מאָנטיק, דעם 17טן פֿעברואַר, זענען מעריל דייוויס און טשאַרלי ווײַט געוואָרן די ערשטע אַמעריקאַנער געווינער פֿונעם גאָלדענעם מעדאַל פֿאַרן פֿיגור־גליטשן, בעת דער ווינטער־אָלימפּיאַדע אין סאָטשי, רוסלאַנד. הגם זייער עצם־אויפֿטריט האָט פֿאַרנומען בלויז 4 מינוט, איז עס געווען אַ רעזולטאַט פֿון 17 יאָר געניטונגען. די פֿיגוריסטן האָבן געשלאָגן אַ וועלט־רעקאָרד, געוווּנענדיק מיט 195.52 אָפּשאַץ־איינסן איבער זייער הויפּט־קאָנקורענטן און צוגרייטונג־פּאַרטנערן פֿון קאַנאַדע, טעסאַ ווירטשו און סקאָט מויר.
דייוויד און ווײַט האָבן אויסגעקליבן צו שפּילן אויפֿן אײַז־פֿעלד די סימפֿאָנישע פּאָעמע „שעהערעזאַדע‟, וועגן אַ פֿרוי פֿון אַ סולטאַן, וועלכע האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם טויט צוליב איר טאַלאַנט צו דערציילן באַצויבערנדיקע מעשׂיות.
דייוויס אַליין האָט דערציילט, אַז זי האָט אָנגעהויבן טאַנצן מיט איר פּאַרטנער, ווײַט, ווען זי איז נאָך געווען אַ נײַן־יאָריק מיידעלע און ער — בלויז אַ אַכט־יאָריק ייִנגל. דאָס איז געווען אינעם יאָר 1997. ווײַט, אַ ייִדישער יונגערמאַן, האָט געמאָלדן, אַז דער גאָלדענער מעדאַל האָט געוויזן, אַז נישט אומזיסט האָבן זיי זיך כּסדר טרעטירט במשך פֿון אַזויפֿיל יאָר.
דייוויס און ווײַט זענען שוין צוויי מאָל — אין 2011 און 2013 — געוואָרן וועלט־טשעמפּיאָנען אינעם פֿיגור־גליטשן. הײַיאָר, האָט דער זשורי אָפּגעשאַצט זייער אויפֿטריט מיט רעקאָרד־הויכע צייכנס — 78.89 פֿאַר דער קורצער פּראָגראַם און 116.63 פֿאַר דער לאַנגער. דאָס קאַנאַדישע פּאָרל האָט געוווּנען דעם זילבערנעם מעדאַל מיטן בסך־הכּלדיקן חשבון פֿון 190.99.
ווירטשו און מויר האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן זיך אויך שווער טרענירט במשך פֿון 17 יאָר. מויר האַלט, אַז זייער איצטיקער אויפֿטריט אויף דער אָלימפּיאַדע איז געווען דער בעסטער אין זייער ספּאָרט־קאַריערע. פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויפֿן הויכן אָפּשאַץ־חשבון, האָבן די אַמעריקאַנער פֿיגוריסטן געוווּנען דעם ערשטן פּריז.
ביידע טאַנץ־פּאָרלעך האָבן מרמז געווען, אַז די הײַנטיקע אָלימפּיאַדע וועט, מסתּמא, ווערן דער סוף פֿון זייער פּראָפֿעסיאָנעלער קאַריערע. במשך פֿון מער ווי אַ צענדליק יאָר, איז צווישן דייוויס מיט ווײַט און ווירטשו מיט מויר אָנגעגאַנגען אַ שאַרפֿע קאָנקורענץ. מויר האָט דערציילט, אַז פֿאַר דער אָלימפּיאַדע האָט ער אַ סך נעכט נישט געקאָנט שלאָפֿן. איצט, נאָכן געווינען די פּרעסטיזשפֿולע מעדאַלן, פֿילן זיך די טענצער מער געלאַסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.