רחל איבענבוים איז אַ פֿרומע פֿרוי, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון די גערער חסידים, וועלכע זענען באַקאַנט מיט זייערע אויסערגעוויינטלעך שטרענגע הנהגות, וואָס שייך צניעות.
לעצטנס, צום בײַשפּיל, האָט מען אין דער דאָזיקער חסידישער גרופּע פֿאַרווערט די טאַטעס צו טאַנצן מיט זייערע קליינע קינדער בפֿרהסיה, ווײַל אַזאַ סצענע קאָן בײַ עמעצן אַרויסרופֿן אַ סעקסועלע תּאווה. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט איבענבוים זיך באַלאָטירט ווי אַ קאַנדידאַט פֿון דער פּאַרטיי „הבית היהודי‟ אין די ירושלימער מוניציפּאַלע וואַלן. שפּעטער האָט מען איבערגעגעבן, אַז די רבנים האָבן איר פֿאַרווערט צו פֿאַרנעמען אַזאַ פּאָזיציע.
ווען איך האָב זיך געטראָפֿן מיט איבענבוים, האָב איך איר געגעבן ביידע הענט. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אין די שטרענג־פֿרומע קרײַזן זענען די האַנטדרוקן צווישן מענער און פֿרויען פֿאַרווערט, און מע האַלט, אַז ס׳איז נישט צניעותדיק אַפֿילו צו שמועסן מיט אַ פֿרעמדער פֿרוי, האָט די חסידישע טוערין געדריקט מײַן האַנט.
זי האָט דערקלערט, אַז ווען זי האָט געדינט אינעם „יוגנט־פֿאָרום אויפֿן נאָמען פֿון שמעון פּערעס‟, האָט זי זיך כּסדר געטראָפֿן מיט די געסט פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וועלכע וואָלטן זיך געפֿילט באַליידיקט, אויב זי וואָלט זיך אָפּגעזאָגט זיי דערלאַנגען די האַנט. דערפֿאַר האָט זי פֿאַר זיך מתּיר געווען צו דריקן די הענט פֿון אומבאַקאַנטע מענער בעת אָפֿיציעלע באַגעגענישן. אַ סך חרדים, האָט זי צוגעגעבן, האַלטן אויך, אַז מע מעג עס טאָן אין אַזאַ סיטואַציע.
איבענבוים האָט דערקלערט, אַז זי איז געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. איר טאַטע, אַ געשעפֿטסמאַן, האָט זיך פֿאַרנומען מיט פּאָרצעלײַ־אימפּאָרט פֿון באַיערן. זײַענדיק אַ יונג מיידל, איז זי שוין געוואָרן אַ קהילה־אַקטיוויסטקע. בײַ 18 יאָר, האָבן די טאַטע־מאַמע איר גלײַך געפֿונען אַ שידוך. נאָך דעם איינציקן 20־מינוטיקן שמועס מיט איר פּאָטענציעלן חתן, איז זי געוואָרן פֿאַרקנסט; ביז דער חתונה, במשך פֿון די קומענדיקע זיבן חדשים, האָט זי אים נישט געזען און אַפֿילו נישט גערעדט מיטן חתן אויפֿן טעלעפֿאָן. מיט דער צײַט, האָט זיך טאַקע באַקומען אַ געראָטענער זיווג.
די חסידישע אַקטיוויסטקע האָט באַטאָנט, אַז זי שטעלט זיך נישט קעגן די נאָרמעס פֿון איר קהילה. זי האָט זייער ליב די חסידישע וועלט און באַטראַכט עס ווי די אמתע ייִדישקייט. ווען ס׳איז געקומען צו די מוניציפּאַלע וואַלן, האָט זי אָבער אָנגעהויבן באַקומען דראָונגען. געוויסע מעכטיקע פֿיגורן פֿון דער גערער קהילה האָבן זי געוואָרנט, אַז אויב זי פֿאַרנעמט אַזאַ פּאָזיציע, וועט מען אַרויסוואַרפֿן אירע קינדער פֿון דער שול, איר מאַן וועט פֿאַרלירן די אַרבעט, און זיי וועלן מוזן אַוועקפֿאָרן פֿון זייער געגנט.
איך האָב געפֿרעגט, צי דער גערער רבי אַליין איז אויך געווען פֿאַרמישט אינעם סטראַשען. אויף דער דאָזיקער קשיא האָט איבענבוים זיך אָפּגעזאָגט צו ענטפֿערן און איבערגעריסן אונדזער שמועס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.