דאָס לעצטע יאָר, האַָט די כּנסת צום ערשטן מאָל דורכגעפֿירט אַ סעסיע, געווידמעט דער שאָקירנדיקער פֿראַגע פֿון דער ריזיקער צאָל עטיאָפּיש־שטאַמיקע סאָלדאַטן, וואָס זענען אָפּגעזעסן אין מיליטערישע תּפֿיסות בעתן דינען אין צה״ל. פּנינה טאַמאַנאָ־שאַטאַ, איינע פֿון די צוויי עטיאָפּישע דעפּוטאַטן, האָט דערמאָנט דער כּנסת, אַז 40 פּראָצענט פֿון די ישׂראלדיקע עטיאָפּיש־שטאַמיקע מענער זענען אַרעסטירט געוואָרן דורך די אַרמיי־אינסטאַנצן.
די אַנדערע דעפּוטאַטן האָבן נישט אַרויסגעוויזן קיין גרויסן אינטערעס צו דער פּראָבלעם. איינער האָט אַפֿילו געזאָגט, אַז מע מוז עס „באַהאַנדלען אויף אַ דעליקאַטן אופֿן‟, כּדי די שׂונאים פֿון ישׂראל זאָלן נישט אויסנוצן דעם ענין ווי אַ ראַיה, אַז ס׳איז אַ ראַסיסטישע מלוכה.
די ישׂראלדיקע מיליטערישע טורמעס זענען פֿול מיט עטיאָפּישע ייִדן — אויף 760 פּראָצענט העכער, ווי זייער פּראָפּאָרץ אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד. ווי די דערמאָנטע כּנסת־סעסיע האָט געוויזן, ווילן די פּאָליטיקער נישט באַהאַנדלען די דאָזיקע פּראָבלעם. עס באַקומט זיך, אַז אַ ריזיקער פּראָצענט פֿון אַ גאַנצער ייִדישער עדה טרעפֿן אין ישׂראלדיקע תּפֿיסות. בעת דער סעסיע, האָט מען באַקאַנט די כּנסת מיט די פֿאַקטן פֿון געפֿערלעכער דיסקרימינאַציע, וואָס הערשט אין צה״ל.
די אַרמיי־אינסטאַנצן האָבן פֿריִער איבערגעגעבן, אַז זיי באַקעמפֿן די פּראָבלעם פֿון די אַרעסטירטע פֿרויען, און אַז די צאָל אַרעסטירטע סאָלדאַטקעס פֿונעם עטיאָפּישן אָפּשטאַם איז לעצטנס געפֿאַלן פֿון 27 ביז „בלויז‟ 10 פּראָצענט. פֿונדעסטוועגן, איז עס נאָך אַלץ דרײַ מאָל העכער, ווי די אַלגעמיינע פּראָפּאָרץ צווישן די פֿרויען.
די עטיאָפּישע ייִדן, בערך 140,000 נפֿשות, באַטרעפֿט 1.5 פּראָצענט פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. צוליב דעם, וואָס דאָס איז איינער פֿון די אָרעמסטע און קלענסטע גרופּעס אינעם לאַנד, ווערן זייערע פּראָבלעמען אָפֿט איגנאָרירט. בעתן אַרמיי־דינסט, ווערן די סאָלדאַטן אָפֿט אַרעסטירט פֿאַרן נישט פֿאָלגן, ווי געהעריק, די רעגולאַציעס און באַפֿעלן. אַ קאָמאַנדיר קאָן גרינג געפֿינען אַ סיבה אײַנצוזעצן אַ סאָלדאַט אויף אַ קורצן טערמין אין די צוויי גרויסע מיליטערישע טורמעס, וווּ עס געפֿינען זיך יעדעס יאָר בערך 14,000 אַרעסטאַנטן. אַ סך פֿון זיי זיצן דאָרטן צוליב דעם, וואָס זיי האָבן פֿאַרשפּעטיקט צו קומען באַצײַטנס אויף דער באַזע נאָך אַ וויזיט אַהיים, הגם אין אַ סך פֿאַלן האָבן זיי געהאַט ערנסטע סיבות — למשל, אַן אויסעראָרדטלעכע סיטואַציע אין דער משפּחה.
ווען איך האָב אָנגעהויבן אויספֿאָרשן דעם ענין דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, בין איך געווויר געוואָרן וועגן אַ סך פֿאַלן, ווען די צו שטרענגע קאָמאַנדירן האָבן נישט דערלויבט די סאָלדאַטן צו באַזוכן זייערע קראַנקע קרובֿים אָדער צו העלפֿן זייערע משפּחות. אַ סך עטיאָפּישע ייִדן זענען שטאַרק אומצופֿרידן מיט די אומשטאַנדן פֿונעם אַרמיי־דינסט, און שטרעבן בכּיוון צו טרעפֿן אין אַ מיליטערישער תּפֿיסה.
צום באַדויערן, ווײַזט דער ישׂראלדיקער עולם אַרויס אַ גרעסערן אינטערעס צו פּראָטעסטירן קעגן דעם פּרײַז פֿון קעז, איגנאָרירנדיק די צרות פֿונעם עטיאָפּישן סעקטאָר. די קאָנקרעטע פֿאַקטן פֿון די אַרעסטן ווײַזן, אַז די דאָזיקע פּראָבלעם איז נישט אַ סימן פֿון אַ שווערער אינטעגראַציע אין דער געזעלשאַפֿט, נאָר אַ מעגלעכער רעזולטאַט פֿון ראַסיסטישע שטימונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.