די וואָך האָט מען אין מאָסקווע ווידער גערעדט וועגן שנאורסאָנס ביבליאָטעק, וואָס איז געווען די הויפּט־טעמע פֿון מאָסקווער ייִדישע נײַעס אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. לאָמיך דערמאָנען, אַז די רייד גייט וועגן די ספֿרים פֿון דעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבין, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין מאָסקווע אין דער צײַט פֿון דער רעוואָלוציע. זינט דעמאָלט אָן, איבער 90 יאָר, האָבן די ספֿרים זיך געפֿונען אין דער „לענין־ביבליאָטעק‟ אין מאָסקווע (איצטער הייסט זי „די רוסישע מלוכה־ביבליאָטעק‟).
אין די 1990ער יאָרן האָט דער חב״ד איניציִיִרט אונטערהאַנדלונגען מכּוח די ספֿרים; מע האָט געשאַפֿן אַ באַזונדערע קאָמיסיע, וואָס זאָל באַטראַכטן די זאַמלונג און באַשטימען איר ווײַטערדיקן גורל. אָבער ביז 2013 האָט זיך די לאַגע ניט געביטן, די ספֿרים זענען געבליבן אין דער ביבליאָטעק, זיי זענען ניט קאַטאַלאָגיזירט געוואָרן און ניט געווען צוטריטלעך צו די לייענער.
מיט אַ יאָר צוריק האָט דער וואַשינגטאָנער געריכט געפּסקנט, אַז די רוסישע מלוכה זאָל אומקערן די זאַמלונג דעם אַמעריקאַנער חב״ד. דעמאָלט האָט מאָסקווע צוגעטראַכט אַ מין דערפֿינדערישן באַשלוס: איבערצוגעבן די ספֿרים דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, וואָס געהערט דעם רוסישן חב״ד, און צו גרינדן דאָרטן אַ פֿיליאַל פֿון דער מלוכה־ביבליאָטעק. דער רוסישער חב״ד האָט, נישט ווילנדיק, מסכּים געווען.
איצטער האַלט מען אין איין אַריבערפֿירן די ביכער אינעם מוזיי. עס אַרבעט שוין דאָרטן אַ פֿיליאַל פֿון דער ביבליאָטעק, און יעדער איינער קען לייענען די ספֿרים, וואָס געפֿינען זיך שוין דאָרטן. קיין לייענער אָבער זענען כּמעט ניטאָ.
די וואָך האָט דער נײַער ייִדישער מוזיי און די מלוכה־ביבליאָטעק דערקלערט, אַז זיי גרייטן צו די עפֿענונג פֿונעם „צענטער פֿון ייִדישע ספֿרים‟, וואָס וועט געשאַפֿן ווערן אינעם מוזיי אויפֿן יסוד פֿון שנאורסאָנס־ביבליאָטעק. מע וועט אָרגאַנזירן דאָרטן אַ לייען־קרײַז און דורכפֿירן אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר זעקס אויסשטעלונגען. די ערשטע, בשם „די געשיכטע פֿונעם געדרוקטן תּלמוד‟, וועט פֿאָרקומען פֿרילינג. אפֿשר וועט די אונטערנעמונג צוציִען אַ גרעסערן עולם.
און אַ וויכטיקערער אויפֿטו: מע פּלאַנירט צו סקאַנירן אַלע ספֿרים און ביכער פֿונעם פֿיליאַל און צו פֿאַרעפֿנטלעכן די קאָפּיעס אויפֿן אינטערנעץ, זיי זאָלן זײַן צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען. דאָס וועט טאַקע זײַן אַ וויכטיקער טריט פֿאָרויס, ווײַל די זאַמלונגען פֿון רוסישע ביבליאָטעקן און אַרכיוון הייבט מען ערשט איצט אָן צו סקאַנירן און מאַכן צוטריטלעך דורכן דער אינטערנעץ.
אין מאָסקווער פֿאַרלאַג „דרעוולעכראַנילישטשע‟ איז אַרויס דאָס בוך „רוסישע ייִדן בעת נאַפּאָלעאָנס מלחמות‟, וואָס ס‘האָט אָנגעשריבן אַ באַרימטער אין רוסלאַנד אַרכיוו־היסטאָריקער דמיטרי פֿעלדמאַן. דער מחבר אַנאַליזירט דאָס באַלוינען ייִדן מיט מלוכישע מעדאַלן אין דער תּקופֿה פֿון מלחמות קעגן נאַפּאָלעאָן און באַטראַכט די דאָזיקע פּראַקטיק אין אַ ברייטערן קאָנטעקסט פֿון רוסישער געשיכטע אויפֿן סמך פֿון אַרכיוו־קוואַלן. ס’איז אַ באַקאַנטער פֿאַקט, אַז אין 1812 איז אין רוסלאַנד פֿאַרשפּרייט געווען דער קאָנספּיראָלאָגישער קוקווינקל, אַז די ייִדן האָבן שפּיאָנירט לטובֿת דעם שׂונא. דאָס בוך דערציילט וועגן דער אַנדערער זײַט פֿון דער דערשײַנונג.
דער צענטער פֿונעם ייִדישן קולטור־לעבן אין מאָסקווע איז נאָך אַלץ פֿאַרבונדן מיטן פּראָיעקט „אשכּולות‟. זונטיק דעם 16טן פֿעברואַר האָט דער פּראָיעקט דורכגעפֿירט אַ לעקציע, געווידמעט די געשטאַלטן פֿון יהודה און תּמר אין דער אייראָפּעיִשער קונסט. די דאָזיקע לעקציע געהערט צו דעם ברייטערן ציקל לעקציעס, וואָס דערציילן וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿון תּנ״כישע געשיכטעס און העלדן אין דער אייראָפּעיִשער מאָלערײַ. מע אַנאַליזירט בילדער פֿונעם רענעסאַנס און באַראָק, און מע באַטראַכט די אייראָפּעיִשע, קריסטלעכע פֿאָרשטעלונגען וועגן די תּנ״כישע העלדן.
דאָס מאָל איז די רייד געגאַנגען סײַ פֿון קריסטלעכע און סײַ פֿון ייִדישע פֿאָרשטעלונגען. די קונסטפֿאָרשערין דילשאַט חרמן און היסטאָריקערין גאַלינאַ זעלענינאַ האָבן גערעדט וועגן יהודה און תּמר. די דאָזיקע צוויי העלדן באַווײַזן זיך זעלטן אויף די אייראָפּעיִשע בילדער, אָבער פֿאַר וואָס איז זייער געשיכטע געוואָרן פּאָפּולער אין דער האָלענדישער קונסט פֿון 17טן יאָרהונדערט? מע האָט אויספֿירלעך גערעדט וועגן פֿערדינאַנד באָלס בילד און אַנאַליזירט די טראַנספֿאָרמאַציע פֿונעם סוזשעט אין בילדער און טעקסטן. למשל, די מאַראַנען אין פּאָרטוגאַל האָבן אויסגעטײַטשט דעם סיפּור־המעשׂה ווי אַ געשיכטע פֿון אידעאַלער ליבע, און פֿאַר די ספֿרדישע ייִדן איז תּמר געוואָרן איינע פֿון די הייליקע אימות. די לעקציע האָט געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.