אַפּיקורסישע לידער פֿון ירמיהו אַהרן טאַוב

Heretical Poems by Yermiyahu Ahron Taub

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published February 20, 2014, issue of March 14, 2014.

דער פּאָעט ירמיהו־אַהרן טאַוב, הײַנט אַ יודאַיִקאַ־ביבליאָטעקער אין דער נאַציאָנאַלער „קאָנגרעס־ביבליאָטעק‟ אין וואַשינגטאָן האָט אין 2013 אַרויסגעלאָזט זײַן פֿערטע זאַמלונג פּאָעזיע Prayers of a Heretic: Poems [„תּפֿילות פֿון אַן אַפּיקורות: לידער‟] און ווי ס’איז זײַן שיטה, האָבן זיך צווישן די לידער אויף ענגליש „אַרײַנגעכאַפּט‟ עטלעכע לידער אויף ייִדיש אויך.

אַזוי ווי טאַוב איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ חרדישער משפּחה לעבן פֿילאַדעלפֿיע, איז מאַמע־לשון נישט קיין מניעה פֿאַר אים, אָבער די שפּראַך פֿון זײַן ייִדישער פּאָעזיע נאַשט מער פֿון דער וועלטלעכער סבֿיבֿה. זײַן פֿרײַע מאָדערניסטישע פּאָעזיע האָט אַ קנאַפּ שײַכות בנוגע פֿאָרעם און סטרוקטור צו דער ייִדישער ליטורגיע, אָבער בנוגע טעמאַטיק זענען זיי פֿאָרט תּפֿילות, ווי עס שטייט אינעם טיטל פֿון דער זאַמלונג. זיי בעטן, מאָנען און זוכן ענטפֿערס אין אַ קאָמפּליצירטער וועלט, און מיר דאַכט, אַז טאַובס וועלט איז אַפֿילו מער קאָמפּליצירט ווי בײַ אַ געוויינטלעכן מענטש.

די פֿיל־זײַטיקייט פֿונעם פּאָעטס אידענטיטעט ווערט בולט אין זײַן ליד אויף ייִדיש — „בניני־מיקלט אויף דער וויאַ־דאָלאָרסאָ‟ (עס איז אויך פֿאַראַן אַ נוסח אויף ענגליש). די באַקאַנטע קריסטלעכע גאַס אין אַלט־ירושלים — וויאַ־דאָלאָרסאָ (דער וועג פֿון טרויער) האָבן די אַמאָליקע ייִדיש־רעדנדיקע תּושבֿים אין דער שטאָט אָנגערופֿן „דאָס טרייפֿענע געסל‟. וווּ זשע דען זאָל אַ ייִדישער אַפּיקורס גיין מיט תּפֿילות אויף די ליפּן, אַז נישט אויף אַ געסל וואָס איז סײַ הייליק, סײַ טרייף?

אין דעם ליד באַשרײַבט טאַוב פֿיר דירות, און די רעאַקציעס וואָס זיי רופֿן אַרויס בײַ אים. דאָס ערשטע אָרט דערמאָנט אים אין זײַן אינטערעס צו זײַן ייִדישן שטאַם, אינעם אימיגראַנטישן דור אין אַמעריקע, און אין זײַנע באַקאַנטשאַפֿטן מיטן עלטערן דור ייִדיש־רעדערס און פּאָעטן, און מיט דער שטאַרבנדיקער ייִדישער ליטעראַטור.

אפֿשר קום איך צו גאַסט צום פּאָעט פֿאַרפֿלייצט אין זון,
נישט געשטערט פֿון דעם וואָס זײַן לייענערשאַפֿט ווערט קלענער,
זײַן פֿרוי פֿלאַטערט גראַציעס אַהין און אַהער,
(און זי טראָגט גאַזפּאַטשו און ווער ווייסט וועלכע אָרגאַנישע נאַשערײַ אין האַנט.)
און ער מיט וויסטע דעקלאַראַציעס וועגן אונדזער מינדערהײט־לשון
וואָס ווערט פֿאַרדאַרט אַרײַן אין אַ תּהום אָן פּאָעטן.

ס’איז אינטערעסאַנט וואָס טאַוב הייבט אָן מיט דער דירה פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור, און נישט פֿון דער דירה, וואָס דערמאָנט אים אין זײַנע פֿרומע קינדער־יאָרן. דאָס קומט אויפֿן צווייטן אָרט און ער שרײַבט וועגן דער דירה — „איך ציטער ווען איך קום אַרײַן‟. די דערמאָנונגען פֿון דער וועלט זענען פֿול מיט סודות און אַנטוישונג. די דריטע דירה ברענגט אַרויס אַ שמייכל בײַ אים, און דערמאָנט אים אין דער עסטעטישער וועלט, פֿאַרבונדן מיט דער „פֿריילעכער‟ סבֿיבֿה, אין וועלכער ער פֿאַרברענגט. די פֿערטע און לעצטע דירה דערמאָנט אים ווי אין מיטן פֿונעם גרויס־שטאָטישן געפּילדער און סכּנה אויף דער גאַס, קען ער ליגן רויִק אויפֿן דיל און לייענען פֿון אַנדערע צײַטן און ערטער.

נישט בלויז די לידער אויף ייִדיש האָבן צו טאָן מיט דער ייִדישער וועלט אין טאַובס זאַמלונג. אינעם ליד In Musical Limbo(s) („אין מוזיקאַלישן כּף־הקלע‟) ווערט די ייִדישע זינגערײַ — אַ גרופּע ייִדישיסטן וואָס קומען זיך צונויף צו זינגען — אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר דער שטרעבונג פֿונעם הײַנטיקן דור ליבהאָבערס פֿון דער ייִדישער קולטור אויסצוגעפֿינען וועגן דער קולטור, אָבער פֿאַרמאָגנדיק בלויז פֿראַגמענטן, האַלב־פֿאַרגעסענע זכרונות, און קאָפּיעס פֿון קאָפּיעס לידער. אָבער דאָס ליד גייט ווײַטער אין אַ צווייטן טייל, און באַשרײַבט ווי, נאָך אַ נאַכט פֿון הוליען, דערמאָנט מען זיך, אַז ס’איז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, און מע דערמאָנט ניגונום און זמירות, נישט בלויז פֿראַגמענטן. צום סוף, פֿרעגט זיך דער פּאָעט, צי דער גײַסט פֿון דער שבתדיקער מוזיק קען אינספּירירן די וועלט פֿון דער זינגערײַ, פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. דער געדאַנק פֿון צוויי וועלטן, און ווי איינע קען העלפֿן אָדער אויפֿקלערן די צווייטע, לייענט מען אין אַ צאָל לידער.

טאַובס ליד אויף ייִדיש „קשיות אויף אַ ייִדישן בית־עולם‟ טרעט ווײַטער אויף אויף דער זעלבער גרענעץ צווישן פֿרום און פֿרײַ, הייליק און טרייף. דעם געשטאָרבענעם האָט מען באַגראָגן אין עק בית־עולם, אַפּנים, האָט ער זיך אַליין גענומען דאָס לעבן:

די רבנים האָבן קיין היתּר נישט געקענט געפֿינען דאָס איין און איינציקע מאָל?
נו, און ווער זײַנען זיי אָט די רבנים?
זיכער האָט ער תּשובֿה געטאָן האַרט פֿאַרן נישט ווערן.
אָבער צו תּשובֿה איז ער קיין מאָל נישט, צום באַדויערן, געווען פֿעיִק.
פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור זענען ירמיהו־אַהרן טאַובס נײַע לידער אַ וויכטיקער צושטײַער. זיי דריקן אויס די הײַנטצײַטיקע ייִדישע וועלט און די שוועריקייטן פֿאַרן מאָדערנעם ייִד זיך אַרײַנצופּאַסן אין איר. פֿאַראַיאָרן אין מײַ חודש האָט דער פּוילישער קאָמפּאַזטאָר מיכאל גאָרטשינסקי געשאַפֿן מוזיק צו טאַובס לידער בײַם „נײַעם ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל‟ אין וואַרשע. די גרופּע „מאַלערײַ‟ האָט זיי פֿאָרגעשטעלט. מע קען הערן איין קאָמפּאַזיציע בײַ דער פֿאַרבינדונג: 
https://soundcloud.com/maleraimigu/concert-malerai-goldstein-9