חמוטל סאָנג ציט כּסדר און אומעטום אַן אויפֿמערק צו זיך, בפֿרט אין ישׂראל, מיט צוויי בלויע פֿייגל טאַטויִרט אויף איר ברוסט, באַגלייט מיטן ענגלישן אויפֿשריפֿט „you rock my world‟ („דו וויגסט מײַן וועלט‟). די אַנדערע טיילן פֿון איר גוף, פֿונעם קאָפּ ביז די פֿיס־פֿינגער, זענען אויך באַצירט מיט קאָליריקע טאַטויִרונגען. ווייניק מענטשן אויף די ישׂראלדיקע גאַסן לאָזן איבער די דאָזיקע קונסט־ווערק אָן קאָמענטאַרן.
על־פּי־הלכה, זענען די טאַטויִרונגען אָסור. הגם אין ישׂראל ווערן זיי הײַנט אַלץ מער פּאָפּולער, רופֿן זיי דאָרטן אַרויס מער סתּירות, ווי אין אַנדערע לענדער. עוז אַלמוג, אַ קינסטלער און אַ פּראָפֿעסאָר, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן דעם אויפֿקום פֿון די „נײַע ייִדן‟ — די ישׂראלדיקע „סאַברעס‟ — האָט געפֿאָרשט די היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון טאַטויִרונגען אינעם לאַנד. ביז די 1970ער און 1980ער יאָרן, זענען זיי נישט געווען פּאָפּולער; שפּעטער, אָבער, צוליב דער השפּעה פֿון די אַמעריקאַנער קינסטלער און מוזיקאַנטן, האָט זיך צווישן אַ טייל ישׂראלים אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן דער געדאַנק, אַז די שטענדיקע באַצירונגען פֿונעם גוף זענען „cool‟. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר, האָט די מאָדע טאַקע ברייט אויסגענומען בפֿרט אינעם קאַפּיטאַליסטישן און קאָסמאָפּאָליטישן תּל־אָבֿיבֿ.
סאָנג, אַ 36־יאָריקע סטודענטקע פֿון קינעמאַטאָגראַפֿיע, וואָס לערנט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, האָט איבערגעגעבן, אַז נאָך די לעצטע 20 יאָר, ווען זי האָט אָנגעהויבן באַדעקן איר גוף מיט טאַטויִרונגען, האָט זי שוין פֿאַרגעסן, וויפֿל מאָל זי האָט עס געטאָן. בײַם אָנהייב, איז זי געווען בלויז איינע פֿון צוויי טאַטויִרטע קינדער אין דער שול מיט 1,500 תּלמידים. הײַנט האָט זיך דער מצבֿ געביטן. לויט סאָנגס ווערטער, איז שווער צו געפֿינען תּל־אָבֿיבֿער קינדער אָן טאַטויִרונגען.
די קינסטלער, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיטן טאַטויִרן, באַמערקן, אַז אַ סך ישׂראלים זענען אינגאַנצן וועלטלעכע מענטשן, וואָס זיי גייט נישט אָן דער טראַדיציאָנעלער איסור פֿון אַזאַ מין קונסט. אַדרבה, אַזוי ווי אין אַנדערע לענדער, באַטראַכטן זיי די טאַטויִרונגען ווי אַן אוניקאַלן וועג פֿון זעלבסט־אויסדרוק. סאָנג האָט באַמערקט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן פֿרעגן אָפֿט די קשיא, צי מע וועט דערלויבן אַ טאַטויִרטן ייִד באַערדיקט צו ווערן אויף אַ ייִדישן בית־עולם. למעשׂה, הגם אין די פֿרומע קרײַזן טאָר מען נישט באַצירן דעם גוף אויף אַ שטענדיקן אופֿן, גייט נישט דער איסור אַזוי ווײַט; דאָס ישׂראלדיקע רבנות דערלויבט יאָ צו באַערדיקן ייִדן מיט טאַטויִרונגען צוזאַמען מיט די אַנדערע.
אַחוץ די הלכה־פֿראַגעס, רופֿן די טאַטויִרונגען אויך אַרויס סתּירותדיקע געפֿילן מצד די עלטערע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. פֿאַר זיי זענען די נאַצי־שטעמפּלען אויף דער האַנט אַ סימן פֿון שוידערלעכער דערנידעריקונג. בײַם יונגן דור איז אָבער נישטאָ אַזאַ אַסאָציאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.