דעם קומענדיקן זומער, גייט אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, אַוועק פֿון זײַן שטעלע. זינט 1965, ווען פֿאָקסמאַן האָט זיך באַטייליקט אין דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, איז דער מצבֿ אין אַמעריקע, וואָס שייך אַנטיסעמיטיזם, געוואָרן אַ סך בעסער. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ ריי אַנדערע לענדער, וווּ עס האָט זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייטן די שׂינאה קעגן ייִדן, זענען די פֿאַראייניקטע שטאַטן צווישן די לענדער, וווּ ייִדן פֿילן זיך באַקוועם אין אַלע ערטער, בילדונג־אַנשטאַלטן און אַרבעט־פּאָזיציעס. אַזעלכע סתּירותדיקע פֿיגורן, ווי מעל גיבסאָן און לויִס פֿאַראַקאַן, אָדער אינצידענטן מיט האַקנקרייצן אויף די ווענט, זענען אין אַמעריקע אַ יוצא־מן־הכּלל.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט פֿאָקסמאַן געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע האָט אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי פּטור צו ווערן פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע. ייִדן זענען געוואָרן אַן אָנגענומענער אינטעגראַלער טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט. דער דירעקטאָר פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ האָט אָבער באַמערקט, אַז די הײַנטיקע גוטע אַטמאָספֿער מיינט נישט, אַז בײַ די אַמעריקאַנער האָט זיך אויסגעאַרבעט אַן „אימוניטעט‟ קעגן אַנטיסעמיטיזם. ראַסיזם און שׂינאה בלײַבן ערנסטע פּראָבלעמען אינעם לאַנד.
די קוואַלן פֿון אַנטי־ייִדישע שטימונגען אין אייראָפּע זענען באַקאַנט: די עקסטרעם־רעכטע באַוועגונגען און מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן. אין די ראַדיקאַל־לינקע באַוועגונגען ווערט אַנטי־ציוניזם אויך צומאָל פֿאַרוואַנדלט אין אַנטיסעמיטיזם. פֿונוואַנען, אָבער, נעמען זיך די אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין אַמעריקע?
לויט דער סטאַטיסטיק פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, באַציִען זיך בערך 12 פּראָצענט אַמעריקאַנער נעגאַטיוו צו ייִדן צוליב פֿאַרשיידענע סטערעאָטיפּן. זיי מיינען, אַז ייִדן האָבן, כּלומרשט, צופֿיל מאַכט, זענען מער לאָיאַל צו ישׂראל ווי צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און ווײַזן אַרויס פֿאַרשיידענע שלעכטע כאַראַקטער־שטריכן. אינעם יאָר 1964, האָבן אַזוי געהאַלטן בערך 30 פּראָצענט תּושבֿים פֿונעם לאַנד; הײַנט איז דער מצבֿ געוואָרן אַ סך בעסער. בערך 35 מיליאָן אַמעריקאַנער זענען געשטימט אַנטיסעמיטיש.
דער דירעקטאָר פֿון דער ליגע האָט באַמערקט, אַז נאָכן פֿאַרלאָזן די שטעלע וועט אין אַמעריקע בלײַבן נאָך אַ סך וואָס צו באַקעמפֿן. די שׂינאה קעגן די שפּאַניש־רעדנדיקע, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, האָמאָסעקסואַלן, אַזיאַטן און אַנדערע גרופּעס איז נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט. ייִדן בלײַבן נאָך אַלץ דער אָפֿטסטער אָביעקט פֿון שׂינאה־אינצידענטן צווישן אַלע רעליגיעזע גרופּעס. „מע מוז ווײַטער קעמפֿן פֿאַר אַ מער ציוויליזירטער, דרך־ארצדיקער און טאָלעראַנטער סבֿיבֿה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.