דער אַנטיסעמיטיזם בושעװעט אין די ספּאָרט־אָרגאַניזאַציעס. די פּאַלעסטינער פֿוסבאָל־פֿעדעראַציע װיל אָננעמען אויפֿן קומענדיקן קאָנגרעס אין בראַזיל אַ באַשלוס אַרויסטרײַבן ישׂראל פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿוסבאָל־פֿעדעראַציע, און איר מער ניט דערלויבן זיך צו באַטייליקן אויף אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַרמעסטן. אַראַבישע לענדער און אַפֿריקאַנער פֿעדעראַציעס שטיצן דעם פֿאָרשלאָג, און די טשילער מאַנשאַפֿט „פּאַלעסטינאָ‟ אַרבעט מעשׂים דערויף. אויך אין סאָטשי, בעת דער װינטער־אָלימפּיאַדע, האָט דער עולם שאַרף רעאַגירט קעגן דעם ייִדישן שופֿט, װאָס האָט אַנולירט אַ גאָל פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע בעת אַ האָקיי־פֿאַרמעסט, און געזונגען: „מיר װעלן פֿון דיר מאַכן זייף‟. אין בוענאָס-אײַרעס האָבן די לאָקאַלע פֿעדעראַציעס שאַרף רעאַגירט.
אין אַרגענטינע װוינען אַ 50 משפּחות, װאָס שטאַמען פֿון די „מאָריסקן‟ — אַראַבער, װאָס זײַנען געצװוּנגען געװאָרן אין שפּאַניע אַריבערצוגיין צום קאַטוילישן גלויבן אין די צײַטן פֿון דער אינקװיזיציע. דאָך, האָט מען זיי פֿאַרטריבן אין 1502. אין מאַראָקאָ װוינען נאָך אַ 600 משפּחות מאָריסקן. נאָך דעם װי דער שפּאַנישער פּאַרלאַמענט האָט דערמעגלעכט די ספֿרדים צו באַקומען צוריק די שפּאַנישע בירגערשאַפֿט, װאָס די ייִדן האָבן פֿאַרלוירן אין 1492, האָבן זיי צוגעשטעלט בקשות און געפֿאָדערט די זעלביקע רעכט װי פֿאַר די ספֿרדישע ייִדן. דערװײַל האָט זיך שפּאַניע ניט אַרויסגעזאָגט װעגן דעם ענין.
די אַרגענטינער דעלעגאַציע, װאָס װעט באַגלייטן דעם פּויפּסט פֿראַנציס אין זײַן באַזוך אין ירושלים, ראַמאַלאַ און יאָרדאַניע, װערט אָרגאַניזירט פֿון דער דעפּוטאַטן־קאַמער, דעם אינסטיטוט פֿאַר צװישן־רעליגיעזן דיאַלאָג, און דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס. זיי װעלן זיך טרעפֿן מיט מאַכמוד אַבאַס, פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, מיטן פּרעזידענט שמעון פּערעס, קעניג אַבדאַלאַ און מיטן פּויפּסט גופֿא. אין דער דעלעגאַציע: 2 ייִדישע דעפּוטאַטן — קונקעל פֿון דער פּעראָניסטישער פּאַרטיי, און בערגמאַן פֿון דער אָפּאָזיציע; די ראַבינערס גאָלדמאַן און סקאָרקאַ, דער גלח גיזשערמאָ מאַרקאָ, און פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס.
די מיסיע שטרעבט צו ברענגען אַן אָפּטימיסטישן „מעסעדזש‟ אין מיטעלן מיזרח, אַז רעליגיעס קענען לעבן בשלום און, אַז אַרגענטינע איז אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין צוזאַמענלעבן.
די דעלעגאַציע װעט אויך געװויר װערן פֿון די פּלענער פֿון װאַטיקאַן צו עפֿענען די סודותדיקע אַרכיװן װעגן חורבן, װאָס ליגן באַהאַלטן און פֿאַרשלאָסן אין רוים. פֿראַנציס האַלט ניט פֿון קיין סודות, און ער האָט זיך אַ סך מאָל אַרויסגעזאָגט, אַז די קירכע דאַרף ניט מורא האָבן פֿאַרן אמת און פֿאַר די פּאָלעמישע באַציִונגען פֿון פּיִוס דער 12טער און דעם נאַציזם. ידיעות, װאָס זײַנען דערגאַנגען פֿון װאַטיקאַן זאָגן, אַז מען האָט שוין פֿאַרענדיקט מיט דער דיגיטאַליזאַציע פֿון די דאָקומענטן.
די קהילה אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ האָט אָנגעגעבן אין געריכט די אָרגאַניזירער פֿון אַ מסיבה, װאָס האָבן אײַנגעלאַדן די געסט און זיי געװאָרנט, אַז פֿאַר ייִדן איז פֿאַרבאָטן דער אַרײַנגאַנג. די אָרגאַניזאַציע האָט זיך נישט אַרויסגעזאָגט װעגן דעם ענין.
ד״ר גבֿריאל ראַבינאָװיטש פֿירט אָן מיט די פֿאָרשונגען װעגן ראַק אין דעם אינסטיטוט פֿאַר ביאָלאָגיע און מעדיצינישע עקספּערימענטאַלע פֿאָרשונגען פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. ער האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון זײַנע פֿאָרשונגען, װאָס האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אין דער מעדיצינישער װעלט. ער האָט אַנטדעקט די מעכאַניזמען, פֿאַר װאָס רפֿואות װירקן אַנדערש אויף פֿאַרשיידענע פּאַציענטן און מען האַלט, אַז דאָס איז פֿאַקטיש אַ רעװאָלוציע אין דער היילונג פֿון דער קראַנקײט. פּרעסע, ראַדיאָ און טעלעװיזיע האָבן אָפּגעגעבן אַ סך פּלאַץ פֿאַרן ייִדישן פֿאָרשער, װאָס איז װעלט־באַרימט פֿאַר זײַנע אַקאַדעמישע בײַטראָגן.
דער אַרכיװ פֿון ד״ר יוסף ליבערמאַן, איינער פֿון די גרעסטע פֿאָרשער װעגן דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין אַרגענטינע, װאָס האָט פּובליקירט אָן אַ שיעור אַרטיקלען און ביכער אויף דער טעמע, איז איבערגעגעבן געוואָרן אין ייִװאָ. זײַנע יורשים האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דער בוענאָס־אײַרעסער ייִװאָ איז דאָס פּאַסיקע פּלאַץ פֿאַר זײַן ריזן אַרכיװ, װאָס װעט שטיין צו דינסט די פֿאָרשער און לערער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.