לבֿנון האָט צום ערשטן מאָל אין די פֿאַרגאַנגענע 10 חדשים צונויפֿגעשטעלט אַ רעגירונג. די מדינה לײַדט שטאַרק צוליב דער מלחמה אין סיריע; אַרום 20 פּראָצענט פֿון איר איצטיקער באַפֿעלקערונג זײַנען נישט לבֿנונער, נאָר סירישע פּליטים. אַלץ מער בירגער און פּאָליטישע פּאַרטייען, טיילן זיך אויף שטיצער פֿון אַסאַדן און אָנהענגער פֿון די רעבעלן. דער געוואַלד, וואָס קומט אַרויס פֿון סיריע, איז אָבער גוט באַקאַנטן אויך די לבֿנונער; ער פֿאַרשפּרייט זיך אין די גרויסע שטעט און אויף דער גרענעץ מיט סיריע. דער איצטיקער מצבֿ איז בלויז אַ המשך פֿון לאַנגע יאָרן, אָנגעזעטיקט מיט פּראָבלעמען, מיט רעליגיעזער פֿאַרשיידנקייט און אָנשטרענגונגען.
אַלע אַרטיקלען פֿון לבֿנון וועגן דער נײַער רעגירונג האָבן געענטפֿערט אויף אָט דער ספּעציפֿישער פֿראַגע: וואָס זײַנען די רעליגיעס פֿון די נײַע מיניסטאָרן? כּדי צו אויפֿבויען אַ סטאַבילן קאַבינעט, האָט דער פּרעמיער געדאַרפֿט פֿאַרזיכערן, אַז אַלע פֿראַקציעס — 14טער מערץ, 8טער מערץ און נייטראַלע — זאָלן באַקומען די זעלבע צאָל מיניסטאָרישע פּאָרטפֿעלן, אָבער אויך, אַז די צאָל קריסטן און מוסולמענער זאָל זײַן גלײַך.
מען קען אפֿשר מיינען, אַז בײַ אַזאַ סיסטעם איז נישט פֿאַרזיכערט, אַז די פּאַסיקסטע מענטשן וועלן אַרבעטן פּראָפֿעסיאָנעל אויף זייער פּאָסטן; איז עס טאַקע ריכטיק! צום בײַשפּיל, לבֿנון לײַדט פֿון אַ שטענדיקן מאַנגל אין עלעקטריע; אַ סך מענטשן קויפֿן זיך פּריוואַטע גענעראַטאָרן, זיי זאָלן האָבן עלעקטריע אַ גאַנצן טאָג, נישט נאָר אין געוויסע שעהן.
איין סיבה דערפֿון זײַנען די אומצאָליקע שטרײַקן פֿון די אַרבעטער, וואָס געהערן צו דער אינפֿראַסטרוקטור. אין דער לבֿנונישער רעגירונג זײַנען פֿאַראַן קאַטעגאָריעס אַרבעטער, וואָס לויטן געזעץ מוזן די ערשטע קאַטעגאָריעס זיך האַלטן בײַ אַ געוויסער פּראָפּאָרץ צווישן די אַרבעטער פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעס. עלעקטריע־אַרבעטער פֿאַלן נישט אַרײַן אין אַזאַ קאַטעגאָריע, אָבער די קריסטן און די סוניטן ווילן דאָך אָפּהיטן די פּראָפּאָרץ. ס’רובֿ עלעקטריע-אַרבעטער זײַנען שיִיִטן, מוז די רעגירונג זיי אַרײַנרעכענען ווי אַרבעטער לויט דער שעה, און נישט ווי „נאָרמאַלע‟ אַרבעטער. דאָס איז די סיבה פֿון אָפֿטע שטרײַקן.
די זעלבע מעשׂה מיטן גאַז: לבֿנון קען נישט אויסנוצן איר גאַז אינעם מיטלענדישן ים. די רעגירונג האָט געוואָלט אָרגאַניזירן אַ קאָמיטעט, וואָס זאָל טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן געפֿינען גאַז-געשעפֿטן, זיי זאָלן מאַכן די אַרבעט. דער גאַז האָט געדאַרפֿט לייזן דעם געפֿערלעכן מאַנגל פֿון עלעקטריע. צום סוף אָבער האָט דער קאָמיטעט אָנגעהויבן אַרבעטן מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון מער ווי איין יאָר נאָר צוליב דעם, וואָס די רעגירונג האָט געדאַרפֿט פֿאַרזיכערן, אַז די רעליגיעס פֿון די מיטגלידער זאָלן זײַן באַלאַנסירט. די גאַנצע צײַט האָבן די פּאָליטיקער זיך באַקלאָגט, אַז די רעגירונג האָט נישט אויסגעקליבן די פּאַסיקסטע מענטשן צוליב דעם ענין פֿון רעליגיע.
אַפֿילו אויב דאָס לבֿנונישע פֿאָלק וואָלט געוואָלט אויפֿהערן צו בויען די געזעלשאַפֿט לויט דער רעליגיע, וואָלט זיי די קאָנסטיטוציע עס נישט געלאָזט. די קאָנסטיטוציע פֿאָדערט נישט נאָר, אַז די שטעלעס בײַ דער רעגירונג זאָלן זײַן אײַנגעטיילט צווישן די פֿאַרשידענע רעליגיעס; זי האָט אויך אַ רשימה פֿון 18 רעליגיעס, וואָס טראָגן אַחריות פֿאַר, וואָס שייך די משפּחה-ענינים: 12 סאָרטן קריסטן, 4 סאָרטן מאַכמעדאַנער, די דרוזן און די ייִדן.
פֿאַקטיש איז לבֿנון אָפּגעטיילט געוואָרן פֿון סיריע מיט אַ קלאָרן ציל, אַז כאָטש איין מדינה אין מיטל-מיזרח זאָל נישט האָבן די מאַכמעדאַנער ווי אַ מערהייט. ביז די אָנהייב 1960ער יאָרן זײַנען די קריסטן געווען אַ מערהייט, אָבער קיין צענזוס איז נישט דורכגעפֿירט געוואָרן זינט 1932, ווײַל מען וויל נישט, אַז דער נײַער צענזוס זאָל גורם זײַן אַ מלחמה. יעדנפֿאַלס, עס איז נישט קיין סוד, אַז די מאַכמעדאַנער זײַנען שוין פֿון לאַנג די מערהייט.
אין לבֿנון איז מען שטענדיק באַוווּסטזיניק וועגן דער מעגלעכקייט עס זאָל ווידער אויסברעכן אַ בירגער-קריג. אין 1958, בלויז 15 יאָר נאָכן קריגן איר אומאָפּהענגיקייט, האָט דער פּרעזידענט קאַמיל שאַמון געבעטן אַמעריקע זי זאָל שיקן סאָלדאַטן אויס־מורא פֿאַר אַ מלחמה צווישן די מוסולמענישע רעבעלן, וואָס האָבן געוואָלט ווערן אַ טייל פֿון נאַסאַרס פֿאַראייניקטער אַראַבישער רעפּובליק פֿון עגיפּטן און סיריע, און די קריסטן, וואָס האָבן געוואָלט בלײַבן אָריענטירט אויפֿן מערבֿ. מיט צען יאָר שפּעטער, ווען די פּאַלעסטינישע מיליטאַנטן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון יאָרדאַניע קיין לבֿנון, האָבן זיך אָנגעהויבן נײַע שפּאַנונגען: די מוסולמענער זײַנען געווען פֿאַר די מיליטאַנטן, און די קריסטן קעגן.
דאָס איז געווען דער הינטערגרונט, די וואָרצלען פֿון דעם לבֿנונישן בירגער-קריג אין 1975, וואָס איז אָנגעגאַנגען 15 יאָר; מער ווי 100,000 מענטשן זענען געהרגעט געוואָרן. די אַליאַנצן האָבן זיך געביטן אַ ביסל בשעת דער סירישער אָקופּאַציע פֿון לבֿנון ביז 2005. די סוניטן זײַנען געווען, דער עיקר, קעגן דער אָקופּאַציע, צוזאַמען מיט די קריסטן און די דרוזן, אָבער די שיִיִטן זײַנען געווען פֿאַר דער אָקופּאַציע פֿון אַ לכאורה שיִיִטישער מדינה. די שפּאַנונגען זײַנען ממשיך הײַנט צו טאָג, ווען עס קומט צו דעם בירגער-קריג אין סיריע.
עס איז נישט קיין חידוש, אַז גלײַך נאָך דעם וואָס לבֿנון האָט אַנאָנסירט איר נײַע רעגירונג, איז פֿאָרגעקומען אַן אויפֿרײַס אין אַ שיִיִטישן קוואַרטאַל פֿון ביירוט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.