דינסטיק, דעם 18טן פֿעברואַר, האָט די ירושלימער אָרגאַניזאַציע „NGO Monitor‟, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיטן אַנאַליזירן די טעטיקייט פֿון פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס, פֿאָרגעשטעלט דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אַ נײַעם באַריכט, לויט וועלכן אַ צאָל אַנטי־ישׂראלדיקע גרופּעס באַקומען אַ סך מער געלט פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, ווי אַנדערע פּאָליטישע און סאָציאַלע אָרגאַניזאַציעס, וואָס פֿאַרטיידיקן די מענטשנרעכט אַרום דער וועלט. פּראָפֿ׳ דזשעראָלד שטיינבערג, דער פּרעזידענט פֿונעם „מאָניטאָר‟, האָט געטענהט, אַז אַ אומפּראָפּאָרציענעל גרויסער טייל פֿון דער שטיצע לטובֿת די מענטשנרעכט ווערט אויסגענוצט קעגן ישׂראל.
לויטן באַריכט, וועלכער דעקט דעם פּעריאָד פֿון 2007 ביז 2010, האָט דער „אייראָפּעיִשער אינסטרומענט פֿאַר דעמאָקראַטיע און מענטשנרעכט‟ נישט אויסגעגעבן קיין געלט צו פֿאַרטיידיקן די בירגערלעכע רעכט אין סיריע, איראַן, סאַודיע, אָמאַן און די פֿאַראייניקטע אַראַבישע אימיראַטן, אָבער יאָ באַצאָלט 11 מיליאָן יוראָ פֿאַר פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן צו טאָן מיטן קאָנפֿליקט אויפֿן מיטל־מיזרח — אַרײַנגערעכנט די, וואָס בויקאָטירן און דעמאָניזירט ישׂראל.
שטיינבערג האָט אויך באַמערקט, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד באַהאַלט אויס די אינפֿאָרמאַציע וועגן דער שטיצע פֿון נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס באַקומען דאָס געלט. דער „מאָניטאָר‟ האָט געבעטן צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע, אין וועלכער עס וועלן זיך באַטייליקן אויך די מיטגלידער פֿון דעם ישׂראלדיקן פּאַרלאַמענט, וועלכע זאָלן באַשטימען, ווי אַזוי מע זאָל פֿינאַנצירן פֿאַרשיידענע נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס אין ישׂראל.
שטיינבערגס אָרגאַניזאַציע האָט אַ סתּירותדיקע רעפּוטאַציע. אַ סך קריטיקער פֿונעם „מאָניטאָר‟ טענהן, אַז דאָס איז אַליין אַן אומבאַלאַנסירטע רעכטע פּאָליטישע גרופּע, וואָס פּרוּווט צו פֿאַרשווײַגן די ישׂראלדיקע פֿאַרטיידיקער פֿון שלום און מענטשנרעכט. למשל, יהודית קאַרפּ, אַ פֿירערין פֿונעם „נײַעם ישׂראלדיקן פֿאָנד‟, האָט באַשולדיקט דעם „מאָניטאָר‟ אין פֿעלשן די אינפֿאָרמאַציע דורך פֿאַרשיידענע מאַניפּולאַציעס. אוריאל הײַלמאַן, אַ רעדאַקטאָר פֿון דער ייִט״אַ, האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אויך באַמערקט געוויסע „צווייפֿלהאַפֿטיקע עלעמענטן‟ אין אַ פֿריִערדיקן באַריכט פֿון שטיינבערגס גרופּע. דער „Forward‟ האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון לענאַרד פֿײַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, מיט אַ שאַרפֿער קריטיק פֿון שטיינבערגס חבֿרה.
אינעם יאָר 2010, זענען דרײַצן באַקאַנטע ישׂראלדיקע מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציעס אויפֿגעטראָטן בשותּפֿות קעגן דעם „מאָניטאָר‟ און באַשולדיקט עס אין „עקסטרעמיזם‟ און אין „ווילדע העצלעכע אַטאַקן‟ אויף זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.