אַ צאָל בעלי־בתּים פֿון ייִדישע געשעפֿטן אין דער שווייץ און פֿראַנקרײַך האָבן זיך אָנגעקלאָגט אין פּאָליציי קעגן אַ שווייצאַרישער פֿירמע, וועלכע זיי באַשולדיקן אין אַ שווינדלערישן צוזאָג צו פֿירנדיקע ייִדישע פֿיגורן. אין זייער אָנקלאָג, מיט אַ חודש צוריק, האָבן די געשעפֿט־אייגנטימער געטענהט, אַז די פֿירמע מיטן נאָמען „די פֿעדעראַציע פֿון אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע קהילות‟, מיטן צענטער אין לאָזאַן, באַקאַנט מיט די פֿראַנצויזישע ראָשי־תּיבֿות „FICJ‟, האָט זיי אָפּגענאַרט.
דאָנערשטיק, דעם 20סטן פֿעברואַר, האָט די שווייצאַרישע צײַטונג „לע טעמפּ‟ איבערגעגעבן, אַז די ייִדישע געשעפֿטס־לײַט האָבן באַצאָלט דער דערמאָנטער פֿירמע 4,685 דאָלאַר פֿאַר אַ רעקלאַמע, וועלכע זי האָט צוגעזאָגט צו פֿאַרשפּרייטן צווישן 700,000 אַדרעסאַטן, אויסגעקליבן פֿון איר 7־מיליאָניקער אינפֿאָרמאַציע־באַזע. אין איר אייגענער רעקלאַמע־בראָשור, דערקלערט „FICJ‟ אירע פּאָטענציעלע קליענטן, אַז צווישן די אַדרעסאַטן זענען דאָ „אינדוסטריעלע פֿירער, פּראָפֿעסיאָנאַלן, ייִדישע בילדונג־אינסטאַנצן און די עלטערן פֿון זייערע תּלמידים, ווי אויך ייִדישע אַקטיאָרן און באַרימטע טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייטן‟.
אויף איר וועבזײַט, ווערט די קאָמפּאַניע באַשריבן ווי „אַן אומאָפּהענגיקע און אומפּאָליטישע אָרגאַניזאַציע, וואָס איר ראָלע באַשטייט אינעם פֿאַרבינדן זיך מיט די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט דורך אַ גיכער און עפֿעקטיווער קאָמוניקאַציע־נעץ, כּדי אָנצוהאַלטן נאָענטע באַציִונגען צווישן די קהילות, צו אינפֿאָרמירן זיי און באַרײַכערן דורכן געמיינזאַמען אויסטויש פֿון ידיעות‟.
די געשעפֿטס־לײַט, וועלכע האָבן באַצאָלט פֿאַר דער רעקלאַמע, האָבן באַמערקט, אַז זי האָט נישט געהאָלפֿן צו ברענגען מער באַזוכער אויף זייערע וועבזײַטן. דאָס האָט בײַ זיי אַרויסגערופֿן דעם חשד, אַז די צווייפֿלהאַפֿטיקע פֿירמע האָט זיי באַשווינדלט און נישט פֿאַרשפּרייט די אינפֿאָרמאַציע וועגן די געשעפֿטן צווישן דעם צוגעזאָגטן ריזיקן ייִדישן עולם. אַ פֿאָרשטייער פֿון „FICJ‟ האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז זײַן פֿירמע איז נישט גרייט צו ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס פֿון אירע באַשולדיקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.