צום ערשטן מאָל האָב איך געהערט פֿון קענעט באָנערטס בוך „The Lion Seeker‟ („זוכנדיק דעם לייב‟), דאַכט זיך, מיט אַ יאָר צוריק. איך האָב דעמאָלט געגעסן מיטיק מיט לאַרי גלייזער, די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿאַר פּירסום־ענינים בײַם פֿאַרלאַג „האַרקאָרט האַוטאָן מאָפֿין‟. גלייזער האָט מיר דעמאָלט געזאָגט, אַז איך, זײַענדיק אַליין אַ מחבר פֿון אַ ריי ביכער, וועל זיך „פֿאַרליבן‟ אין באָנערטס עפּישן ראָמאַן אויף 576 זײַטן, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם לעבן אין דרום־אַפֿריקע צווישן דער ערשטער און צווייטער וועלט־מלחמה.
כּדי אָפּצושאַצן אַ בוך און זיך טאַקע אין אים פֿאַרליבן, מוז מען זײַן אין דער ריכטיקער שטימונג. סוף־כּל־סוף, האָב איך באַשלאָסן עס איבערצולייענען. באָנערטס גאָר ספּעציפֿישער לעבעדיקער סטיל האָט מיך ממש פֿאַרכאַפּט. דער הויפּט־העלד, יצחק העלגער, איז נישט זייער אַ סימפּאַטישער פּערסאָנאַזש, וועלכער האָט דערגרייכט זײַן דערפֿאָלג צוליב אַ פֿאַרראַט. זײַענדיק אַן אָרעמער ייִד פֿון אַ ליטווישער אַרבעטער־משפּחה אין דער יאָהאַנעסבורגער געגנט דאָאָרנפֿאָנטײַן און אַרבעטנדיק אין דער אויטאָ־אינדוסטריע, האָט ער זיך כּסדר אָנגעשטויסן אויף אַנטיסעמיטיזם.
אַזוי ווי יעדער עפּישער ראָמאַן, לײַדט באָנערטס ווערק אויך פֿון געוויסע חסרונות. אַ טייל סצענעס זענען צו מעלאָדראַמאַטיש, און דער סוף, וואָס אַנטהאַלט אַ ריי עכטע היסטאָרישע דאָקומענטן, קלינגט צו טרוקן. פֿונדעסטוועגן, איז דאָס בוך מיר שטאַרק געפֿעלן.
שפּעטער, ווען איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיטן מחבר, האָט באָנערט געטענהט, אַז בלויז אַ פּאָר צײַטונגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן באַטאָנט זײַן ראָמאַן און פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעצענזיע. דער שרײַבער האָט באַמערקט, אַז אין קאַנאַדע, וווּ ער וווינט הײַנט, האָבן אַלע באַקאַנטע צײַטונגען שוין פּובליקירט אַרטיקלען וועגן זײַן ווערק.
באָנערט, אַ דרום־אַפֿריקאַנער ייִד פֿון 41 יאָר, איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין יאָהאַנעסבורג, דערפֿאַר שטעלט זײַן ראָמאַן מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַלע אויטענטישע באַשרײַבונג פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער דאָזיקער שטאָט.
ווייניק ביכער געזען געווידמעט דער דאָזיקער טעמע, הגם אין דרום־אַפֿריקע איז פֿאַראַן אַ גרויסע ייִדישע קהילה, וועלכע האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד. ווען נעלסאָן מאַנדעלאַ איז אַרעסטירט געוואָרן אינעם יאָר 1961, זענען אַלע ווײַסע אַרעסטאַנטן, וועלכע זענען מיט אים געזעסן אין דער תּפֿיסה, געווען ייִדן; אַלע ראַדיקאַלע באַוועגונגען זענען באַשטאַנען פֿון ייִדישע אַקטיוויסטן.
אין יצחק העגלערס אַרבעט מיט די אויטאָס ווערן אָפּגעשפּילט די רעאַלע זכרונות וועגן דעם טאַטן און די פֿעטערס פֿונעם מחבר. אַלע באָנערטס חבֿרים זענען געווען ייִדן, און ער אַליין איז געגאַנגען אין ייִדישע שולן. זונטיק, פֿלעגט ער זיך לערנען אין אַ ישיבֿה. אַלע רעליגיעזע ייִדן אין יאָהאַנעסבורג זענען געווען אָרטאָדאָקסישע. באָנערט האָט באַמערקט, אַז בעת דער אַפּאַרטהייד־תּקופֿה, האָט זײַן טאַטע ממש פֿײַנט געהאַט די רעגירונג און נאַציאָנאַליזם, און געוואָלט אַוועקפֿאָרן אין אַן אַנדער לאַנד. אינעם יאָר 1989, האָט ער זיך באַזעצט מיט זײַן משפּחה אין טאָראָנטאָ.
בקיצור, אויב איר ווילט זיך באַקענען מיט דעם, ווי די ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט אין דרום־אַפֿריקע, פֿון אַן אויטענטישן קוקווינקל פֿון אַן אָרטיקן ייִד און דערצו אַ גלענצנדיקן שרײַבער, גיב איך אײַך אַן עצה איבערצולייענען באָנערטס ראָמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.