אין אוקראַיִנע איז געשען עפּעס אַזוינס, וואָס מיר איז שווער צו באַנעמען. אַ סך עפּיזאָדן זעען אויס ווי אַ פֿאַרס, מיט היפּשע אַרײַנמישונגען פֿון אַ טראַגעדיע. צום באַדויערן, האָבן אין דעם „פֿאַרס-קאָמפּאָנענט‟ זיך אַרײַנגעמישט לײַט מיט ייִדישע נעמען און פּנימער, קודם-כּל, דער כאַרקאָווער גובערנאַטאָר, מיכאַיִל דאָבקין, און דער כאַרקאָווער מייאָר, גענאַדי קערנעס. זיי האָבן געגעבן אַ „גוטן מאַטעריאַל‟ פֿאַר די אַנטיסעמיטיש-געשטימטע נאַציאָנאַליסטן.
אָבער, קודם-כּל, האָב איך גרויסע שוועריקייטן מיטן אויסזוכן אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע: „צוליב וואָס איז פֿאַרגאָסן געוואָרן בלוט?‟ צענדליקער לײַט זײַנען אומגעקומען, און איך קען ניט פֿאַרשטיין און באַרעכטיקן — צוליב וואָס? צי האָט געדראָט אַ סכּנה, אַז דאָס לאַנד וועט אָט-אָט פֿאַרשקלאַפֿט ווערן דורך רוסן, כינעזער, אַמעריקאַנער, געסט פֿון אַן אַנדער גאַלאַקטישער ציוויליזאַציע? די באַפֿעלקערונג האָט ניט געהאַט קיין צוטריט צום עסן? איך קען ברענגען נאָך אַ צאָל סיבות, ווען אַ מענטש קען און אַפֿילו מוז ריזיקירן מיט זײַן לעבן, כּדי ראַטעווען זיך, זײַנע נאָענטע מענטשן, מיטבירגער. אין דער אוקראַיִנישער איבערקערעניש זע איך ניט קיין איין סיבה פֿון אַזאַ סאָרט. אין אוקראַיִנע זײַנען מענטשן אומגעקומען, פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, ווײַל מע האָט, אין תּוך אַרײַן, געוואָלט פּטור ווערן פֿון דעם קאָרומפּירטן פּרעזידענט און זײַן כּנופֿיא. און פּטור ווערן הײַנט, ניט וואַרטנדיק אויף די וואַלן אין יאָר 2015. האָט עס אַ שׂכל? דאָס רופֿן מיר „דעמאָקראַטיע‟? ס‘איז קלאָר, אַז אַ סך אוקראַיִנער האָבן אויפֿגענומען ווי אַ שפּײַ אין פּנים דעם באַשלוס פֿון דעם פּרעזידענט ניט אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך, וואָס וואָלט אַ ביסל דערנענטערט אוקראַיִנע צו דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, און זי דערווײַטערט פֿון רוסלאַנד. אָבער דער הימל איז ניט געפֿאַלן אויף דער ערד; דער וועג אין אייראָפּע איז ניט אויף אייביק פֿאַרמאַכט געוואָרן, מע האָט געקענט זיך אומקערן צו דעם ענין אין אַ יאָר אַרום, נאָך די וואַלן.
ס‘איז אַוודאי גוט, אַז דאָס לאַנד וועט ווײַטער לעבן אָן אָט דעם שטיקל גאָרנישט, וועמען מע האָט געהאַט דעמאָקראַטיש אויסגעוויילט. ס‘איז באַוווּסט, אַז דעמאָקראַטיע איז אַ קאַפּריזנע זאַך און צו מאָל ברענגט זי אויף דער אייבערפֿלאַך צופֿעליקע צי פּשוט געפֿערלעכע יחידים. אָבער דער בלוטיקער פּרײַז, באַצאָלט פֿאַר אַראָפּוואַרפֿן וויקטאָר יאַנוקאָוויטשן, דערלויבט מיר ניט אַרײַנצופֿאַלן אין קיין פֿריילעכער אייפֿאָריע. אַדרבה, מיך שרעקט די הויכע טעמפּעראַטור, ממש אַן אָקרעפּ, וואָס הערשט איצט דאָרטן אין דער געזעלשאַפֿט. מיך שרעקט דער אומגעדולד פֿון דעם המון, די נטיה צו „לייזן‟ פּראָבלעמען בגוואַלד. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס צווישן די „געווינערס‟ זײַנען דאָ אַזעלכע יאַטן, וועלכע מע טאָר בשום-אופֿן ניט אַרײַנלאָזן אין אַ לײַטישער שטוב.
די איבערקערעניש האָט בולט געוויזן, ווי ברעכעוודיק איז די גאַנצע קאָנסטרוקציע, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון „אוקראַיִנע‟. עס האָט ניט די עלעמענטן, וואָס האַלטן אײַן דאָס פֿאָלק אין, אַ שטייגער, דער בשכנותדיקער מדינה, אין רוסלאַנד. קודם-כּל, האָט מען אין רוסלאַנד נאַפֿט און גאַז, בעת אוקראַיִנע איז אָפּהענגיק פֿונעם ענערגיע־אימפּאָרט. און אידעאָלאָגיש איז דער מצבֿ אויך לחלוטין ניט דער זעלבער.
רוסלאַנד שטייט אויף געוויסע זײַלן, וועלכע דינען דערווײַל ווי אַ פֿעסטער יסוד. ערשטנס, האָט רוסלאַנד געירשנט אַ לאַנגע געשיכטע, אין וועלכער עס זײַנען דאָ עפּיזאָדן, וואָס קענען אַרויסרופֿן אַ נאַציאָנאַלן התפּעלות. באַזונדערס אַקטיוו ניצט אויס דער רוסישער „אַגיטפּראָפּ‟ די צווייטע וועלט-מלחמה. צווייטנס, געהערט דער גרעסטער טייל פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג צו דער זעלביקער פּראַוואָסלאַוונער אמונה. דריטנס, רוסיש איז די שפּראַך פֿון דער מלוכה, קיין אַנדער שפּראַך קען ניט ערנסט קאָנקורירן מיט רוסיש.
אין אוקראַיִנע איז אַלץ מיטן קאָפּ אַראָפּ. די געשיכטע פֿאַראייניקט ניט דאָס פֿאָלק, נאָר פֿאַרקערט, צעטיילט עס, רופֿט אַרויס קעגנזײַטיקע שׂינאה. אין מערבֿ-אוקראַיִנע האַלט מען פֿון די מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן געקעמפֿט קעגן מאָסקווע, אויף דער זײַט פֿון היטלערן בתוכם, בעת אין אַנדערע טיילן פֿון לאַנד האָט מען גאָר אַנדערע העלדן. רעליגיעז געהערן די אוקראַיִנער צו עטלעכע קריסטלעכע שטראָמען, אַזוי אַז אין דעם זין איז דאָרטן אויך „פֿריילעך‟. און וואָס שייך דער שפּראַך, ווילן מיליאָנען בירגער פֿון אוקראַיִנע זיך אויסלעבן אין רוסיש, און נעמען אויף די פֿאָדערונג צו לערנען אוקראַיִניש ווי אַ געוואַלדיקע טראַגעדיע.
דאָס זײַנען אַלץ וויכטיקע זאַכן — די געשיכטע, די אמונה, די שפּראַך. אָבער, ווידער אַ מאָל, זײַנען זיי אַזוי וויכטיק, אַז מע דאַרף זיי לייזן דורך אַ בלוטיקער רעוואָלוציע און ניט דורך אַן עוואָלוציע, דאָס הייסט וואַלן?
מילא, דער וועג צוריק איז שוין פֿאַרמאַכט. איצט איז וויכטיק, אַז מע זאָל קענען אומקערן צוריק, צום נאָרמאַלן לעבן, דעם עולם, וואָס האָט געפֿירט די מלחמה אין צענטער קיִעוו, אויף דעם „מײַדאַן‟.
ס‘איז אויך וויכטיק אײַנצושטילן די סעפּאַראַטיסטישע שטימונגען אין אייניקע רוסיש-שפּראַכיקע געגנטן פֿון לאַנד. אַנדערש וועלן זיך די געשעענישן אַנטוויקלען לויטן יוגאָסלאַווישן סצענאַר. און מע דאַרף, פֿאַרשטייט זיך, געפֿינען וויקטאָר יאַנוקאָוויטשן (ווען איך שרײַב די שורות, איז ניט קלאָר, וווּ ער באַהאַלט זיך), געפֿינען און מישפּטן, ווײַל אין לעצטן סך-הכּל איז ער שולדיק אין דעם גאַנצן ענין.
***
נאָך דעם ווי דער אַרטיקל איז אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע האָט די ייִט״אַ געמאָלדן, אַז זונטיק אויף דער נאַכט האָט עמעצער געוואָרפֿן אַ צינדפֿלאַש אויף דער „גימאַט ראָזאַ שיל‟ — אַ נײַע סינאַגאָגע אין זאַפּאָריזשיע, 250 מײַל פֿון קיִעוו, האָט איבערגעגעבן די נײַעס־וועבזײַט timenews.in.ua.
די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס באַגלייטן דעם אַרטיקל, האָבן געוויזן שפּורן פֿון אַ פֿײַער אין דער עזרת־נשים, אינעם באַלקאָן פֿון דער שיל. די שיל האָט געעפֿנט אירע טירן אין 2012.
קיינער איז נישט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אינעם אַטאַק. די פּאָליציי האָט געפֿונען דעם האַלדז פֿון אַ גלעזערנעם פֿלאַש, וואָס איז געניצט געוואָרן ווי אַ „מאָלאָטאָוו־קאָקטייל‟, און מע זוכט איצט די פֿאַרדעכטיקטע, האָט איבערגעגעבן אַ וואָרטזאָגער פֿונעם ראַיאָן זשאָווטנעווי, וווּ די שיל געפֿינט זיך.
(ייִט״אַ)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.