מנחם קיפּניס איז אַרײַן אין דער ייִדישער געשיכטע ווי אַ קולטור־טוער אין פֿאַרשידענע געביטן. געבוירן געוואָרן אין אוזמיר (וואָלין) אין 1878, האָט ער זיך אויסגעצייכנט ווי אַ זינגער, עטנאָמוזיקאָלאָג און זשורנאַליסט. ווי אַ זינגער איז ער געווען דער ערשטער ייִדישער טענאָר אין דער וואַרשעווער אָפּערע (1902־1918), און צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי זמרה זעליגפֿעלד איז ער געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿריִיִקע זינגער פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער.
ווי אַן עטנאָמוזיקאָלאָג האָט ער געזאַמלט מאַטעריאַלן איבער גאַנץ אייראָפּע און זיי אַרויסגעלאָזט אין צוויי וויכטיקע פּיאָנערישע אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער. ווי אַ זשורנאַליסט, האָט ער געשריבן אַרטיקלען וועגן מוזיק אין פֿאַרשידענע ייִדישע און העברעיִשע צײַטונגען. ער איז אויך געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע רעפּאָרטאַזשן, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט דאָס לעבן פֿון די פֿאָלקס־מענשטן, מיט וועמען ער האָט זיך באַגעגנט אויף די גאַסן פֿון וואַרשע. פֿאַר יענע אַרטיקלען, וואָס מע האָט געדרוקט אינעם וואַרשעווער „הײַנט‟, ווי אויך אינעם ניו־יאָרקער „טאָג‟, און צומאָל אין „פֿאָרווערטס‟, האָט ער אַליין געמאַכט די בילדער פֿון די העלדן פֿון זײַנע אַרטיקלען.
קיפּניס איז געשטאָרבן אין וואַרשעווער געטאָ אין 1942 נאָך אַ מוח־אַטאַק. נאָך זײַן טויט האָט זײַן פֿרוי, זמרה, געהאַלטן זײַן ריזיקן אַרכיוו פֿון פּאַפּירן, טאָג־ביכער, מוזיק און בילדער־נעגאַטיוון בײַ זיך אין געטאָ. דעם אַרכיוו האָט זי זיך אָפּגעזאָגט איבערצוגעגן דעם היסטאָריקער עמנואל רינגלבלום, וועלכער האָט געוואָלט אים פּרעזערווירן, ווי אַ טייל פֿונעם „עונג־שבת‟ אַרכיוו, מיט וועלכן ער האָט בסוד אָנגעפֿירט. נאָך דעם וואָס מע האָט זמרה זעליגפֿעלד פֿאַרשיקט אין טרעבלינקע, איז דער קיפּניס־אַרכיוו פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק.
כאָטש די נעגאַטיוון אַליין זענען, אַ פּנים, אומגעקומען אין דער צעשטערטער געטאָ, האָבן די בילדער דאָך איבערגעלעבט אַ דאַנק דעם וואָס מע האָט געשיקט קאָפּיעס אין אַמעריקע, כּדי מע זאָל זיי אָפּדרוקן אינעם „פֿאָרווערטס‟. אַ דאַנק די פֿאַרבליבענע בילדער, קען מען זיך איצט דערוויסן וועגן קיפּניסעס ווייניק־באַקאַנטער ראָלע ווי אַ פֿאָטאָגראַף.
צוליב דעם צוועק האָט מען אין וואַרשע געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, געווידמעט די פֿאָטאָגראַפֿישע ירושה פֿון מנחם קיפּניס אונטערן נאָמען „Miasto i oczy‟ (שטאָט און אויגן). דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון עמנואל רינגלבלום‟ האָט געשאַפֿן די אויסשטעלונג מיט דער הילף פֿונעם ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟.
„איך האָב ספּעציעל ליב די בילדער פֿון מנחם קיפּניסן‟, האָט קרישאַ פֿישער, די פֿאָטאָ־אַרכיוויסטקע בײַם ייִוואָ, און די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג איבערגעגעבן בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „זײַנע בילדער זענען גאַנץ אַנדערש פֿון די בילדער פֿון ראָמאַן ווישניאַק און אַלטער קאַציזנע. כאָטש אַלע דרײַ האָבן באַקומען די זעלביקע אינסטרוקציעס פֿון אַב קאַהאַן, אַז מע זאָל צושיקן סענטימענטאַלע בילדער פֿון אַ נאָסטאַלגישן ייִדישן לאַנדשאַפֿט; פֿונעם שטעטל, פֿון קליינע געסלעך, פֿון ייִדן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט‟, האָט קיפּניס אַקעגן זײַנע מער באַקאַנטע קאָלעגן געמאַכט בילדער, „וואָס פֿילן זיך ניט פֿאַרגליווערט אין דעם אָמאָל. די ייִדן זענען טראַדיציאָנעלע, אָבער זיי טוען זאַכן, וואָס שטימען מיט זייער איצטיקער רעאַלקייט; מע רעדט ניט פֿון קיין רעליגיעזע ענינים איבער אַ בלאַט גמרא אין חדר, נאָר מע רעדט וועגן דער אימיגראַציע, מע זיצט אויף בענק אין פּאַרק און מע שמועסט וועגן דער פּאָליטיק.‟
קיפּניס איז ניט געווען קיין פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאָטאָגראַף, ווי קאַציזנע און ווישניאַק, נאָר סתּם אַן אַמאַטאָר. ניט געקוקט אויף דעם, האַלט פֿישער אַז קיפּניסעס בילדער זענען פֿאָרט מער אינטערעסאַנט, ווי די בילדער פֿון זײַנע קאָלעגן ווײַל „ער איז ניט געווען אָפּגעזונדערט פֿון די ייִדן, וועלכע ער האָט פֿאָטאָגראַפֿירט. דאָס איז גאַנץ אַנדערש פֿון ווישניאַק, וועלכער האָט זיי פֿאָטאָגראַפֿירט ווי אַ זײַטיקער און האָט זיך באַצויגן מיט ביטול צו די, וועמען ער האָט פֿאָטאָגראַפֿירט; אָדער קאַציזנע, וועלכער האָט זיך ממש באַקלאָגט אויף דעם, וואָס ער האָט געדאַרפֿט מאַכן אַזעלכע בילדער. קיפּניס האָט גערעדט מיט די מענטשן און זיך געפֿירט ווי איינער פֿון זיי‟.
פֿישער האָט דערקלערט, אַז זי אַרבעט ווי אַ שטיקל שתּדלנטע פֿאַר די בילדער פֿון קיפּניסן, ווײַל זי האַלט, אַז זיי פֿאַרמאָגן „עפּעס אינטערעסאַנטס, עפּעס וואָס איז אַזוי וואָר, אַז יעדער צוקוקער קען אַליין אויסטראַכטן אַ מעשׂה וועגן די מענטשן אויף אַ געוויסן בילד.‟ איין אויטענטיש בילד אַזאַ, וואָס פֿישער האָט ספּעציעל ליב, האָט מען אָפּגעדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ דעם 22סטן אויגוסט 1926. וועגן דעם בילד, מיט צוויי פֿרויען, וווּ איינע העלפֿט דער צווייטער אָנצושמירן שמינקע אויף די ליפּן, האָט קיפּניס געשריבן: „די אויגן שוואַרצע, ליפּלעך רויטע, און ווען עס ווערט זיי נודנע, מאַכן זיי די ליפּן וואָס רויטער‟. פֿישער האָט באַמערקט, אַז אַזאַ בילד טרעפֿט מען גאָר זעלטן, ווײַל געוויינטלעך זענען די בילדער פֿון ייִדן אין דער אַלטער היים פּאָזירטע, און ניט קיין בילדער, וואָס שפּיגלען אָפּ אינטימע מאָמענטן, בפֿרט מיט פֿרויען.
דער אָפּרוף אויף דער אויסשטעלונג איז אַ גאַנץ פּאָזיטיווער, גיט פֿישער איבער. אויף דער דערעפֿענונג־צערעמאָניע איז געקומען דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן און אַנדערע געערטע געסט, צוזאַמען מיט אַ ריזיקן עולם באַזוכער. „בעת די דרײַ טעג, אין וועלכע איך בין געווען אין וואַרשע ווען די אויסשטעלונג איז שוין געווען אָפֿן, זענען די באַזוכער געווען גאַנץ צופֿרידן מיט איר‟, האָט פֿישער געזאָגט. „פֿאַר די וואַרשעווער, גיבן די בילדער צו אַן אינטימקייט און אויטענטישקייט‟, וואָס פֿעלט אויף אַנדערע אונטערנעמונגען. „ס׳איז ניט סתּם אַזוי ווי קוקן אויף אַ דענקמאָל‟.
די אויסשטעלונג וועט אָנגיין ביזן 15סטן מײַ. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועט דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט‟ אַרויסגעבן א קאַטאַלאָג פֿון די בילדער. פֿישער האָפֿט, אַז מע וועט ווײַזן די אויסשטעלונג אויך אין אַנדערע שטעט, אָבער ס׳זענען נאָך ניטאָ קיין פֿעסטע פּלענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.