ווי ס׳איז באַקאַנט, דויערט בײַ ייִד דער האָניק־חודש אַ גאַנץ יאָר. וואָס טוט מען, ווען די „שנה־ראשונה‟ גייט שוין כּמעט אויס? אַוודאי, פּראַוועט מען דעם ערשטן יוביליי פֿון דער חתונה אויף קובאַ!
איידער איך הייב אָן צו דערציילן פֿאַרוואָס מיר האָבן אויסגעקליבן דווקא אַזאַ וואַקאַציע־אָרט, וויל איך קודם באַשרײַבן די אָרטאָדאָקסישע שיל אינעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון דער אַלטער האַוואַנע, וועלכער האָט אונדז היפּש פֿאַרחידושט. דאָרטן האָבן מיר פֿאַרבראַכט דעם עצם־טאָג פֿון אונדזער חתונה־יוביליי — די עיקר־סיבה פֿון אונדזער נסיעה, וועלכער איז אויסגעפֿאַלן שבת.
ווען מיר האָבן פּלאַנירט די נסיעה, האָבן מיר אויסגעפֿונען, אַז אין האַוואַנע זענען פֿאַראַן דרײַ שילן: די קאָנסערוואַטיווע אַשכּנזישע סינאַגאָגע „בית־שלום‟; דער ספֿרדישער כּמו־קאָנסערוואַטיווער „העברעיִשער צענטער‟; און די אָרטאָדאָקסישע שיל „עדת־ישׂראל‟.
ווען מע קוקט אויף די בילדער פֿון דער דאָזיקער שיל, שאַפֿט זיך אַן אויסדרוק, אַז דאָס איז אַ טיפּישער ליובאַוויטשער בית־מדרש, ווײַל דאָרטן באַנוצט מען זיך מיט די חב״ד־סידורים, און די חב״דניקעס קומען כּסדר אַהין אויף יום־טובֿים. אויף דער וועבזײַט שטייט געשריבן, אַז מע איז מכבד די מתפּללים שבת מיט אַלע דרײַ שלש־סעודות, און אַז דער שפּײַז איז „שטרענג־כּשר‟.
מיר האָבן זיך פֿון פֿריִער פֿאַרבונדן מיט „עדת־ישׂראל‟ און דערציילט, אַז מיר פּלאַנירן צו פֿאַרברענגען אויף קובע דעם ערשטן יוביליי פֿון אונדזער חתונה, און אַז איך אַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט אינעם „פֿאָרווערטס‟ און שרײַב אַרטיקלען אויף ייִדיש. יעקבֿ ערנאַנדעז — דער חזן, שוחט, אוצר־סעקרעטאַר און אומפֿאָרמעלער רבֿ פֿון „עדת־ישׂראל‟, האָט איבערגעגעבן אין זײַן בליצפּאָסט, אַז די שיל איז אָפֿן כּמעט יעדן טאָג, שחרית און מנחה־מערבֿ, און אַז אין דער אַרומיקער געגנט קאָנען מיר דינגען אַ פּריוואַטע דירה אײַנצושטיין.
ווען מיר האָבן שפּאַצירט אויף די גאַסן פֿון דער אַלטער האַוואַנע, זוכנדיק די שיל, איז צו אונדז צוגעלאָפֿן אַ מענטש אין אַ יאַרמלקע און געפֿונען פֿאַר אונדז אַ גענוג ביליקן צימער. די בעל־הביתטע פֿון דער אַכסניא, וואָס הייסט „קאַסאַ קאַרוסאַ‟, האָט אונדז שפּעטער איבערגעגעבן, אַז ייִדישע טוריסטן שטעלן זיך כּסדר אָפּ אין איר הויז.
פֿרײַטיק אויף דער נאַכט האָט קיינער זיך נישט איבערגענומען פֿון מײַן שטרײַמל און בעקעטשע, ווי מיט אַן אינטערעסאַנטן טוריסטישן קוריאָז — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס שפּעטער האָט מען מיר איבערגעגעבן אין דער שיל, אַז זיי האָבן קיינמאָל נישט פֿריִער געזען דאָרטן אַ ייִד מיט אַ שטרײַמל.
אַ גרויסן טייל פֿונעם מנין האָבן באַטראָפֿן בערך אַ צענדליק טוריסטן פֿון ארץ־ישׂראל, וועלכע האָבן גענומען שמועסן מיט מיר; צוערשט, האָבן זיי געמיינט, אַז איך בין אַן אָרטיקער חסיד. די אָרטיקע מתפּללים האָבן אָבער געקוקט אויף מיר זייער אומפֿרײַנדלעך. בלויז איין אַלטער מאַן מיטן נאָמען אליעזר שקליאַר, וועלכער רעדט אויף אַ זייער גוטן ליטעראַרישן ייִדיש און איז באַקאַנט מיט אונדזער צײַטונג, האָט מיך באַגריסט און פֿאַרפֿירט מיט מיר אַ שמועס.
פֿריִער האָט מען אונדז געזאָגט אין דער שיל, אַז מײַן פֿרוי וועט דאָרטן געפֿינען די שבת־ליכט. למעשׂה, צו אונדזער גרויסן פֿאַרדראָס, צינדט בלויז יעקבֿ ערנאַנדעז, דער חזן, אָן די ליכט פֿאַר אַלעמען. די בקשה צו געפֿינען נאָך אַ פּאָר ליכט פֿאַר מײַן פֿרוי האָט ער אינגאַנצן איגנאָרירט און זיך אַפֿילו נישט אומגעקוקט, זינגענדיק „לך דודי‟. נאָכן גיכן דאַוונען האָט דער גבאי אויסבאַהאַלטן אַלע סידורים. דערנאָך האָט דער חזן געמאַכט קידוש. ערנאַנדעז האָט געזאָגט „המוציא‟, איידער מיר האָבן געוואַשן די הענט. מע האָט צעטיילט דעם קליינעם עולם — אַ פּאָר צענדליק מענטשן — אַ פּיצל־קליין סעודהלע: אַ שטיקל חלה, אַ ביסעלע רײַז, אַ לעפֿל טונע־פֿיש, אַן אײַזקרעם און אַ גלאָז פֿרוכטן־זאַפֿט. ס׳זעט אויס, אַז דער ענין פֿון בענטשן נאָך דער סעודה איז אין יענער שיל אומבאַקאַנט; נאָכן גיכן אָפּעסן איז דער עולם זיך צעלאָפֿן.
שבת אין דער פֿרי, האָבן מיר זיך געפֿילט הונגעריק — דאָס איינציקע מאָל במשך פֿון אונדזער נסיעה — און געוואַרט אויף נײַע חידושים פֿונעם קובאַנער נוסח. דער חזן האָט אָנגעהויבן דאַוונען אַליין, אַ האַלבע שעה פֿאַרן מנין, כּדי פֿאַרטיק צו זײַן וואָס גיכער. ווײַל מײַן פֿרוי האָט געדאַוונט שמונה־עשׂרה, האָט דער גבאי געפּרוּווט אַרויסצוכאַפּן בײַ איר דעם סידור. נאָכן דאַוונען האָט מען פֿאָרגעלייגט דאָס זעלבע פּיצל־קליינע סעודהלע. אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאַרגאַנגענעם אָוונט, האָט דער עולם זיך דערמאָנט וועגן דער נטילת־ידים פֿאַרן עסן. בעת דער סעודה האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ רוסיש פּאָרפֿאָלק.
אַ קובאַנער סטודענט מיטן נאָמען סערכיאָ האָט זיך באַקענט מיט אַ ייִדישער פֿרוי, זינאַיִדאַ, ווען ער האָט זיך געלערנט אין די 1960ער יאָרן אין אַ סאָוועטישן אינסטיטוט. די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין באַקו, אַזערבײַדזשאַן. סערכיאָ — אויף רוסיש הייסט ער סעריאָזשאַ, ווי ער האָט מיר דערקלערט — האָט געבראַכט זײַן פֿרוי אויף קובאַ, וווּ זיי וווינען שוין מער ווי 40 יאָר. לעצטנס, האָבן זיי אָנגעהויבן טראַכטן אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל, ווײַל נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דער מצבֿ אויף קובאַ געוואָרן ערגער, לויט זײַן מיינונג. סערכיאָ האָט געטענהט, אַז פֿריִער האָבן די קובאַנער ערנסט געגלייבט אין די סאָציאַליסטישע אידעאַלן, מער געלערנט און געלייענט, און איצט איז דער קולטור־ניוואָ אינעם לאַנד שטאַרק געפֿאַלן.
בײַטאָג האָט מײַן שטרײַמל — „סאַראַ שיינער סאָמברעראָ!‟ — אַרויסגערופֿן אַ קליינע סענסאַציע. איינער אַ קובאַנער האָט זיך גוט אַרײַנגעקוקט און געפֿרעגט: „רוסלאַנד? מאָסקווע צי פּעטערבורג?‟. אַ צווייטער, ווען מיר זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען, האָט זיך פֿאַרחידושט און אַרויסגעוויזן אַ שטיקל רוח־קודש, דערקלערנדיק זײַנע חבֿרים: „אָט זעט איר — אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד פֿון רוסלאַנד, פֿון סאַן־פּעטערבורגאָ!‟. אַ טייל מענטשן האָבן באַטראַכט מײַן פֿרויס טיכל און געמאַכט אַן אַנדער אויספֿיר, באַגריסנדיק אונדז מיטן מוסולמענישן „סאַלאַם אַלייקום‟. בעצם, זענען טיכלעך נישט קיין חידוש אויף קובאַ; נישט ווייניק אָרטיקע פֿרויען, דער עיקר, פֿונעם אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם, האָבן אויך אַ מינהג זיי צו טראָגן. בדרך־כּלל, זענען די קובאַנער אַן אויסערגעוויינטלעך פֿרײַנדלעכע און אָפֿענע חבֿרה; אויב עפּעס אינטערעסירט זיי, הייבן זיי גלײַך אָן צו באַגריסן זיך און פֿרעגן שאלות.
די מתפּללים אין דער שיל האָבן מיר דערקלערט, אַז יעקבֿ געפֿינט זיך אין שלעכטע באַציִונגען מיט ליובאַוויטש. הגם פֿרײַטיק האָט ער אונדז אַליין געזאָגט, אַז ער האָט אַ שײַכות צו חב״ד, האָט ער נישט ליב די עכטע חסידים. דערצו, האָט מען מיך געוואָרנט, אַז ער איז בכלל אַן אומפֿרײַנדלעכער פֿאַרשלאָסענער מענטש. פֿריִער איז „עדת־ישׂראל‟ יאָ געווען פֿאַרבונדן מיט חב״ד, דערפֿאַר זענען דאָרטן געבליבן די ליובאַוויטשער סידורים און געוויסע חב״דסקע הנהגות — למשל, דער מינהג נישט צו עסן קיין חלה בײַ שלש־סעודות.
שבת פֿאַר מנחה, האָט זיך אונדז אײַנגעגעבן צו כאַפּן אַ שמועס מיט ערנאַנדעז. ער האָט אונדז דערציילט, אַז אין זײַן שיל קומען כּסדר ישׂראלדיקע טוריסטן, ווי אויך געסט פֿון אייראָפּע. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט קאַסטראָ אָפֿיציעל דערלויבט די רעליגיעזע מענטשן צו ווערן מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. פֿריִער האָט ער זיך אויך תּמיד פֿרײַדלעך באַצויגן צו דער ייִדישער קהילה, אַרײַנגערעכנט די פֿרומע. די שיל „עדת־ישׂראל‟, געגרינדעט אינעם יאָר 1925 דורך ליטווישע ייִדן, איז אַריבער אינעם נײַ־אויסגעבויטן בנין גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע, אין 1959, און איז תּמיד געווען אָפֿן.
נאָכן מערבֿ, האָבן מיר דערזען אַן אַנדער חידושדיקע הנהגה. דער חזן האָט געמאַכט הבֿדלה, זענען מיר אַרויס פֿון דער שיל; ערשט איצט האָבן מיר באַמערקט, אַז ס׳איז נאָך אַלץ ליכטיק אין דרויסן. מילא, זענען די אַנדערע מתפּללים „עם־הארצים למהדרין‟; דער מנהיג פֿון דער שיל איז אָבער אויך נישט קיין גרויסער בקי אין הלכות־שבת. נאָך דער אַזוי־גערופֿענער בײַטאָגיקער הבֿדלה, איז שקליאַר מיטגעגאַנגען מיט אונדז, ווײַזנדיק פֿאַרשיידענע היסטאָרישע ערטער אינעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל. אויפֿן וועג, האָט ער געהאַלטן אין איין פֿאַרדאַמען די קאָמוניסטן פֿאַרן נאַציאָנאַליזירן פֿאַרשיידענע אַמאָליקע ייִדישע געשעפֿטן.
וואָס נאָך? ערנאַנדעז האָט איבערגעגעבן, אַז דער מנין אין זײַן שיל איז לאַוו־דווקא כּשר על־פּי־הלכה, ווײַל אַ טייל מתפּללים זענען נישט־אָרטאָדאָקסישע גרים. די ליובאַוויטשער שליחים טענהן אָבער, אַז „עדת־ישׂראל‟ איז פֿול מיט סתּם גויים. אַזוי צי אַזוי, זעט אויס, אַז דער אַזוי־גערופֿענער אָרטאָדאָקסישער כאַראַקטער פֿון דער קהילה באַשטייט, דער עיקר, אין דער מחיצה, כּשרע סעודהלעך און רעשטלעך פֿון ליובאַוויטשער מינהגים.
ס׳רובֿ מתפּללים זעען אויס ווי גענוג פֿאַרמעגלעכע מענטשן, צופֿרידן מיט זייער לעבן. ס׳איז אָבער געווען גאַנץ פּריקרע, אַז דאָס איינציקע אָרט אויף קובאַ, וווּ מע האָט זיך צו אונדז באַצויגן בפֿירוש אומפֿרײַנדלעך, ווײַל מיר זענען ייִדן, איז געווען דווקא די שיל.
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.