העלענאַ טשערנעק איז אַ יונגע דיזײַנערין, וואָס האָט געענדיקט די קונסט־אַקאַדעמיע דאָ, אין וואַרשע. זי האָט זיך אויך געלערנט אַ יאָר צײַט אין דער באַרימטער „בצלאל‟־אַקאַדעמיע אין ירושלים. ווי אַ סך ייִדן אינעם הײַנטיקן פּוילן, שטאַמט טשערנעק פֿון אַ געמישטער משפּחה. פֿון איין זײַט, ייִדן, פֿון דער צווייטער זײַט, פּוילישע אַריסטאָקראַטן. ווי זי אַליין זאָגט, האָט זי געקאָנט אויסקלײַבן, און אויסגעקליבן האָט זי צו זײַן אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
טשערנעק האָט געגרינדעט אַ קונסט־וואַרשטאַט, וואָס הייסט, „מפּוֹלין‟ MI POLIN — פֿון פּוילן. צווישן דער קונסט־פּראָדוקציע וואָס זי שאַפֿט און פֿאַרקויפֿט, געפֿינט זיך די אַזוי גערופֿענע MENOKIA־„מענאָקיאַ‟. וואָס איז אַזוינס אַ „מענאָקיאַ‟? דאָס איז אַ מנורה, וואָס האָט, ווי באַקאַנט, זיבן ליכט פּלוס צוויי שבת־ליכט. ווען מען שטעלט די צוויי קאָמפּאָנענטן צונויף, שאַפֿט זיך אַ „חנוכּיה‟ — אַכט ליכטעלעך מיט אַ שמש.
פֿאַר וואָס פֿאַרנעמט זי זיך מיט ייִדישער קונסט? ראשית־כּל, ווײַל דאָס מיינט פֿאַר איר „הידור מצוה‟, דאָס הייסט, פּראַווען אַ מיצווה נישט נאָר כּדי יוצא צו זײַן, נאָר מיט שיינקייט און פּראַכט.
פֿאַר אַ סך ייִדן אין דער וועלט, זאָגט טשערנעק, האָט די ייִדישע געשיכטע פֿון פּוילן זיך פֿאַרענדיקט צוזאַמען מיטן חורבן. א סך ייִדן גלייבן, אַז אין פּוילן זענען נישט געבליבן קיין ייִדן, און די וואָס זענען יאָ געבליבן, דאַרפֿן אַרויספֿאָרן פֿון דאַנעט.
לעבן און שאַפֿן אין פּוילן מיינט, אַז דאָס ייִדישע לעבן דאָ האָט יאָ אַ המשך, זאָגט זי.
פֿאַר די ייִדן וואָס לעבן הײַנט אין פּוילן איז דער פֿאַקט, וואָס זיי קענען האָבן בײַ זיך אין שטוב אַ מזוזה אָדער שבת־ליכט, געמאַכט דאָ אין לאַנד, וויכטיק. ס‘איז פֿאַר זיי אַ באַווײַז, אַז ס’איז דאָ אַ ייִדיש לעבן אין פּוילן און זיי זײַנען אַ טייל פֿון דעם.
טשערנעק מאַכט טשיקאַווע מזוזות. די מזוזות זענען נישט פֿון מעטאַל אָדער האָלץ, נאָר פֿון צעמענט. נאָך אַ טשיקאַווער פֿאַקט — דער אויפֿשריפֿט שד”י איז געשריבן מיט ברייל־אותיות; בלינדע מענטשן קענען זיך צו זיי צורירן מיט די פֿינגער און פֿילן זייער קדושה. איר אַרבעט, זאָגט טשערנעק, פֿאַרשטאַרקט איר אייגענע פֿאַרבינדונג מיטן ייִדישן פֿאָלק.
רענאַטאַ פּיאַטקאָווסקאַ שרײַבט ביכער פֿאַר קינדער. איר לעצט בוך הייסט, „וויפֿל מאַמעס קען מען האָבן?‟ דאָס בוך פֿאַרנעמט זיך מיט דער טראַגישער געשיכטע פֿון חורבן, דאָס מאָל פֿונעם קוקווינקל פֿון אַ קינד.
דער העלד פֿונעם בוך הייסט שמעון באַומאַן. זײַן נאָרמאַל און גליקלעך לעבן ענדיקט זיך, ווען די דײַטשן נעמען איבער פּוילן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אויטאָרין דערציילט וועגן דעם חורבן און וועגן דעם גורל פֿונעם קליינעם שמעון, וואָס גייט פֿון איין מאַמען צו אַ צווייטער, כּדי צו בלײַבן בײַם לעבן. פּיאַטקאָווסקאַ נוצט פּראָסטע ווערטער, וואָס קינדער קענען פֿאַרשטיין.
דער חורבן איז אַ שווערע טעמע ספּעציעל דאָ, אין פּוילן. טאַטע־מאַמעס בכלל און ייִדישע טאַטע־מאַמעס בפֿרט האָבן מורא צו רעדן וועגן דעם חורבן מיט די קינדער. מען האָט מורא, אַז די קינדער וועלן ווערן אויס קינדער, אויב זיי דערוויסן זיך וועגן די שרעקלעכע טאַטן, וואָס מען איז דאָ באַגאַנגען פֿאַר אַ רעלאַטיוו קורצער צײַט.
אפֿשר קענען ביכער ווי WSZYTKIE MOJE MAMY העלפֿן צו דערקלערן אָט די שווערע פּראָבלעם — ווי אַזוי צו דערציילן די קינדער וועגן דעם חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.