דאָס לעבן פֿון װאַלטער ראַטענאַו איז אַ מוסטער–מעשׂה פֿון דער ייִדישער אַסימילאַציע־מפּלה אין אײראָפּע. אַן עכטער דײַטשישער פּאַטריאָט, האָט ער שטאַרק געהאָלפֿן דער דײַטשישער װירטשאַפֿט בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, און שפּעטער אומגעקערט די װײַמאַר־רעפּובליק אױף דער אינטערנאַציאָנאַלער בינע. ראַטענאַו איז געװען אַ מענטש, װאָס װאָלט אפֿשר געקאָנט אָפּשטעלן דאָס פֿאַלן פֿון דײַטשלאַנד אינעם נאַציסטישן תּהום. דװקא דאָס האָבן אױך גוט פֿאַרשטאַנען די עקסטרעם־רעכטע נאַציאָנאַליסטן, װאָס האָבן דערהרגעט ראַטענאַו אין 1922.
װאַלטער ראַטענאַו האָט געשטאַמט פֿון דער סאַמע סמעטענע פֿון בערלינער ייִדישער בורזשואַזיע. זײַן פֿאָטער, עמיל ראַטענאַו, איז געװען דער גרינדער פֿון דער „אַלגעמײנער עלעקטריע־געזעלשאַפֿט‟, אײנע פֿון די גרעסטע און װיכטיקסטע קאָרפּאָראַציעס אין יענער צײַט. זײַן זון, וואַלטער, איז געװאָרן אַ דעה־זאָגער אין פּאָליטישע און עקאָנאָמישע ענינים און זיך אַקטיװ באַטייליקט אין די גרעסטע אײראָפּעיִשע עקאָנאָמישע און פֿינאַנציעלע אונטערנעמונגען; דערצו איז ער געװען אַ באַגאַבטער מאָלער, אַ לײַדנשאַפֿטלעכער רעדנער און אַ פּאָפּולערער זשורנאַליסט. איין קלייניקייט: װי אַ ייִד האָט ער ניט געקאָנט דערגרײכן יענע מדרגות אין זײַן קאַריערע, װאָס ער האָט צו זיי געשטרעבט.
װאַלטער ראַטענאַוס נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון שולמית װאָלקאָװ, דער באַקאַנטער תּל־אָבֿיבֿער היסטאָריקערין פֿון דײַטשישן ייִדנטום, איז אַרױס אין דער סעריע „ייִדישע לעבנס‟ פֿונעם פֿאַרלאַג בײַם יעל־אוניװערסיטעט. עס איז דערפֿאַר נאַטירלעך, װאָס די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט דאָ אַ צענטראַל אָרט. אין תּוך גענומען, האָט ראַטענאַו אַלײן געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין ייִדישע ענינים. ער איז געװען אַבסאָלוט געטרײַ דעם דײַטשישן פֿאָטערלאַנד, אָבער עס האָט אים פֿאַרדראָסן, װאָס די ייִדן לאָזט מען נישט צו צו די סאַמע הױכע פּאָליטישע און מיליטערישע פֿענצטער. שמדן זיך איז פֿאַר אים ניט געװען קײן לײזונג. װי אַן אױפֿגעקלערטער מאָדערנער ליבעראַל, איז ער ניט געװען גרײט צו אָנערקענען די דאָגמעס פֿון דער קריסטלעכער אמונה, װאָס האָבן פֿאַר אים ניט געהאַט קײן זין. חוץ דעם, וואָלט אַפֿילו שמד ניט געהאָלפֿן, װײַל די אַריסטאָקראַטיע האָט געהאַלטן „חזקה‟ אױף פּאָליטיק אין דעם קײַזערס מלכות.
אַזױ אַרום האָט ראַטענאַו באַטראַכט די „ייִדישע פּראָבלעם‟ װי אַ מניעה פֿאַרן פּראָגרעס פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט, בעת די דײַטשישע װירטשאַפֿט האָט געהאַלטן אין איין װאַקסן, אין אַ גרױסער מאָס אַ דאַנק דער ענערגיע און איניציאַטיװ פֿון ייִדן. אין תּוך גענומען, איז דװקא די סתּירה צװישן דעם עקאָנאָמישן פּראָגרעס און דער פּאָליטישער אָפּגעשטאַנענקײט געװאָרן אײנע פֿון די גורמים, װאָס האָבן געבראַכט דײַטשלאַנד און עסטרײַך צו דער מלחמה, װעלכע האָט אין גאַנצן חרובֿ געמאַכט דעם אַלטן אַריסטאָקראַטישן פּאָליטישן סדר.
ייִדישקײט איז פֿאַר ראַטענאַו, װי אױך פֿאַר אַנדערע אַסימילירטע דײַטשישע ייִדן פֿון זײַן קלאַס, געװען אַ רײן פּריװאַטער עסק. ער איז ניט געװען רעליגיעז, האָט ניט געהאַט קײן נטיה צו ציוניזם, און האָט זיך ניט באַטײליקט אין קײן שום ייִדישע אָרגאַניזאַציע. צװישן זײַנע נאָענטע פֿרײַנד זײַנען געװען אי ייִדן, אי קריסטן, און אַפֿילו אַנטיסעמיטיש־געשטימטע דײַטשישע נאַציאָנאַליסטן. ער האָט זיך געהאַלטן בײַ די פּרינציפּן פֿון קריסטלעכער עטיק און צומאָל ציטירט דעם „נײַעם טעסטאַמענט‟ אין זײַנע אַרטיקלען. ייִדנטום, שרײַבט װאָלקאָװ, איז פֿאַר ראַטענאַו געװען „אַ רעליגיע אָן קײן קירך און אַ דאָגמע אָן קאַנאָנישע ספֿרים און אָן מענטשלעכער השגחה‟. די ייִדישע אמונה איז געװען דער סאַמע רײנסטער (און אױך דער סאַמע מאָדערנער) מין גלױבן אין דער „אײניקײט פֿון גאָט‟.
אַ מאָדערנער פּראַקטישער געשעפֿטסמאַן, איז ראַטענאַו צומאָל געװען אָפֿן פֿאַר געװיסע מיסטישע מחשבֿות און פּאָעטישע געפֿילן. ער האָט געגלייבט אינעם קומעדיקן מלכות פֿון מאָראַלישער גאַנצקייט, װאָס פֿאַר אים איז געװען פֿאַרקניפּט מיטן עקאָנאָמישן און טעכנאָלאָגישן פּראָגרעס. אָבער זײַן אָפּטימיזם איז אױפֿגעטרײסלט געװאָרן אין די לעצטע יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, װען עס איז געװאָרן קלאָר, אַז דײַטשלאַנד האָט פֿאַרשפּילט. צו יענער צײַט האָט דער דײַטשישער אַנטיסעמיטיזם אָנגענומען אַלץ מער אַגרעסיװע ראַסיסטישע פֿאָרמען, אָבער די אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן פֿון װאָסער ניט איז קריטיק פֿון אַנטיסעמיטיזם, כּדי צו װײַזן זײער פּאַטריאָטישקײט.
פֿאַר ראַטענאַו איז די „ייִדישע פֿראַגע‟ געװען דער ענין פֿון סאָציאַלן קלאַס און ניט פֿון ראַסע אָדער רעליגיע. ער האָט געהאַלטן, אַז די סאַמע געטרײַע שיכט פֿונעם דײַטשישן ייִדנטום זײַנען מענטשן װי ער, די קולטורעלע און עקאָנאָמישע סמעטענע. דערנאָך קומט דער ייִדישער מיטלשטאַנד, װאָס פֿאַרמאָגן געװיסע „אומאָנגענעמע אײגנשאַפֿטן‟, אָבער לרובֿ באַשטײט עס פֿון געטרײַע דײַטשן. די סאַמע פּראָבלעמאַטישע און סאַמע גרעסטע גרופּע זײַנען פֿאַר אים געװען די „פּראָלעטאַריער‟, װאָס דאַרפֿן נאָך אינטעגרירט װערן אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט.
װאָלקאָװ שילדערט ראַטענאַו װי אַ מענטש, וואָס איז פֿול מיט סתּירות: אַ ייִד און אַ דײַטש, אַ רײַכער קאַפּיטאַליסט און אַ נבֿיא פֿון אוטאָפּישן עטישן סאָציאַליזם, אַ געשעפֿטסמאַן און אַ קינסטלער מיט פּאָליטישע אַמביציעס. ראַטענאַו האָט דערגרײכט דעם שפּיץ פֿון זײַן קאַריערע קורץ פֿאַר זײַן מאָרד אין 1922, װען ער איז געװאָרן דער דײַטשישער אױסערן־מיניסטער.
דאָס איז געװען אַ קריטישער מאָמענט פֿאַר דער נײַער װײַמאַר־רעפּובליק. די װירטשאַפֿט האָט געפּלאַצט אונטער דעם שװערן עול פֿון רעפּאַראַציעס, בעת די לינק־ליבעראַלע רעגירונג איז ניט געװען בכּוח אָפּצושטעלן די כװאַליע פֿון עקסטרעם־רעכטן טעראָר. ראַטענאַוס טױט איז געװאָרן דער ערשטער קלאָרער סימן, אַז דײַטשלאַנד װעט ניט קאָנען אַרױסקריכן פֿונעם נאָך־מלחמהדיקן קריזיס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.