אַ גרופּע בריטישע פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן האָט אָנגעהויבן אַ פּאָליטישע קאַמפּאַניע, האָפֿנדיק איבערצוצײַגן דעם פּוילישן פּרעמיער־מיניסטער אויסצופֿירן דעם צוזאָג וועגן די קאָמפּענסאַציעס פֿאַר דער שארית־הפּליטה. אינעם יאָר 2009, איז פּוילן געווען צווישן די 46 לענדער, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן אַ דעקלאַראַציע, לויט וועלכער דאָס אייגנטום, וואָס איז באַרויבט געוואָרן דורך די נאַציס, וועט אומגעקערט ווערן צו זייערע געזעצלעכע בעלי־בתּים. דערווײַל האָט די פּוילישע רעגירונג, אָבער, נישט אײַנגעפֿירט קיין געזעצן וועגן חורבן־רעסטיטוציעס.
מאָנטיק, דעם 24סטן פֿעברואַר, האָבן 15 מיטגלידער פֿונעם בריטישן פּאַרלאַמענט, צוזאַמען מיט 35 לאָרדן און באַראָנעסעס, אָפּגעשיקט אַ בריוו דעם פּוילישן פּרעמיער, דאָנאַלד טוסק, אין וועלכן זיי טענהן, אַז די פּוילישע רעגירונג האָט נאָך אַפֿילו נישט אָנערקענט איר אַחריות אויסצוצאָלן די קאָמפּענסאַציעס פֿאַר די חורבן־געליטענע. אויבן־אָן אינעם בריוו איז געשטאַנען די חתימה פֿון רות דיטש — אַ ייִדישע מיטגלידערין אין דער בריטישער פּאַלאַטע פֿון לאָרדן, וואָס אירע זיידעס און באָבעס פֿון ביידע זײַטן האָבן געהאַט אַ ממשותדיק אייגנטום אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה.
דער „פֿאָרשטייער־ראַט פֿון בריטישע ייִדן‟ און די „ייִדישע וועלט־אָרגאַניזאַציע פֿאַר רעסטיטוציעס‟ („WJRO‟) האָבן קאָאָרדינירט די איניציאַטיוו. די מחברים האָבן באַטאָנט, אַז דאָס אייגנטום, וואָס איז „קאָנפֿיסקירט געוואָרן דורך די נאַציס און דערנאָך נאַציאָנאַליזירט געוואָרן דורך דער קאָמוניסטישער מלוכה‟, מוז אומגעקערט ווערן צו די געוועזענע בעלי־בתּים אָדער זייערע יורשים, וואָס נישט ווייניק פֿון זיי זענען בריטישע בירגער.
גדעון טיילאָר, אַ מומחה אין די רעסטיטוציע־ענינים, וועלכער פֿלעגט אָנפֿירן מיט דער „תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ‟ קעגן דײַטשלאַנד און העלפֿט איצט „WJRO‟, האָט איבערגעגעבן, אַז צום ערשטן מאָל האָט אַ גרופּע אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן אָנגעשריבן אַזאַ בשותּפֿותדיקן בריוו. אין נאָוועמבער, האָט קאָלעט אַביטל, די סעקרעטאַרין פֿון „WJRO‟, אָפּגעשיקט אַ בריוו דעם פּוילישן פּרעזידענט, בראָניסלאַוו קאָמאָראָווסקי, גלײַך פֿאַר זײַן וויזיט אין ישׂראל, בעטנדיק אים „אויסצופֿירן די צוזאָגן‟ וועגן די חורבן־קאָמפּענסאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.