נאָך אַ ריי אַטענטאַטן אין דער אונטערוועלט איבערן לאַנד, האָבן אומבאַקאַנטע אַטאַקירער דינסטיק געוואָרפֿן אַ גראַנאַט אין אַ געלט־אויסבײַט געוועלב אין פּתח־תּיקווה. 5 מענטשן זענען לײַכט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן פֿונעם שראַפּנעל.
דאָס געוועלב געפֿינט זיך האַרט לעבן אַ גרויסן דרויסנדיקן מאַרק, וואָס איז נאָך מיטאָג געפּאַקט מיט קונים.
די פּאָליציי האָט אַ חשד, אַז דער אינצידענט איז פֿאַרבונדן מיט אַ קאַמף צווישן עטלעכע אונטערוועלט־אָרגאַניזאַציעס, וועלכע פּרוּוון צו פֿאַרכאַפּן די שליטה פֿון אַ קרימינעלן מאַרק אין פּתּח־תּיקווה.
די אויספֿאָרשער האַלטן, אַז די מיטגלידער פֿון אַ גרויסער קרימינעלער אָרגאַניזאַציע פֿון צענטראַל־ישׂראל זענען געווען פֿאַרמישט אין דעם אַטאַק.
מיט אַ וואָך פֿריִער האָט מען אויפֿגעריסן דעם אויטאָ פֿונעם וויצע־בירגערמײַסטער, אוריאל בוסאָ, לעבן זײַן הויז. דער אויטאָ איז געווען ליידיק און קיינער איז נישט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. אין פֿעברואַר זענען צוויי מענער דערהרגעט געוואָרן נאָך דעם ווי זייער אויטאָ האָט אויפֿגעריסן, בעת זיי זענען געפֿאָרן דורך פּתּח־תּיקווה. דרײַ פֿאַרבײַגייער זענען לײַכט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן פֿון דעם אויפֿרײַס, וואָס די פּאָליציי האַלט, איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך אַן אויטאָ־באָמבע.
במשך פֿון די לעצטע צוויי טעג האָט די פּאָליציי אַרעסטירט צוויי מענער — איינער פֿון אלעד, און דער צווייטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ — וועלכע זענען פֿאַרדעכטיקט אין אונטערלייגן אויפֿרײַס־מאַטעריאַל אין תּל־אָבֿיבֿ אָנהייב־יאַנואַר. דער מאַטעריאַל האָט אויפֿגעריסן, אָבער קיינער איז נישט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.