די קיסריניע אַננאַ־חנהלע

The Czar’s Wife Anna-Khanele


פֿון משה לעמסטער

Published February 27, 2014, issue of March 14, 2014.

אַ רוסישע מעשׂה מיט אַ חסידישן טעם

מיר, די וואָס זענען שוין, ווי מע זאָגט, „מענטשן אין די יאָרן‟, ווילן אויך פֿון צײַט צו צײַט, הערן, צי לייענען אַ וווּנדער־מעשׂהלע; ניט אַ מעשׂהלע פֿאַר קינדער וועגן הענדלעך, הינדלעך, פֿיקסלעך… נאָר פֿאַר דערוואַקסענע, וואָס מאַכט פֿריילעכער אויפֿן האַרצן, און אַ ביסל גרינגער צו טראָגן דאָס אָנגעשטאָפּטע בינטל מיט יאָרן. איז הערט זשע אַ מעשׂה, וואָס כ‘האָב געהערט פֿון אַ בערדיטשעווער ייִד, בעת אַ פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע. ער האָט געקענט אָן אַ צאָל חסידישע מעשׂיות. ווײַזט אויס, די מעשׂה מיטן צאַר און זײַנע דרײַ זין האָט דער בערדיטשעווער ייִד אויך געהאַלטן פֿאַר אַ חסידישער מעשׂה. זאָל אַזוי בלײַבן!

אַ מאָל אין ווײַטע, ווײַטע צײַטן האָבן אין רוסישן לאַנד געלעבט אַ צאַר און אַ צאַריצע, הייסט עס, אַ קיסר מיט אַ קיסריניע. זיי האָבן געהאַט דרײַ בראַווע זין, שיינע און קלוגע, וואָס ניט צו באַשרײַבן זיי און נישט צו באַמאָלן. דער ייִנגסטער פֿון די ברידער, דער מיזיניק, האָט געהייסן איוואַן. די דרײַ זין זענען געווען אומבאַווײַבטע, האָבן ליב געהאַט צו הוליען, מאַכן צו שאַנד יונגע שיקסעס פֿון די רוסישע דערפֿער. דעם טאַטן זייערן, דעם צאַר, איז דאָס נימאס געוואָרן; ער האָט שוין געוואָלט שפּילן זיך מיט אייניקלעך, האַלטן זיי אויף די הענט.

רופֿט ער צו זיך די דרײַ זין זײַנע און זאָגט זיי: „טײַערע קינדער, נעמט זיך יעדערער אַ פֿײַל, ציט אָן די שטײַפֿע בויגנס, און לאָזט די פֿײַלן פֿליִען אין פֿאַרשיידענע זײַטן. וווּ די פֿײַל וועט פֿאַלן, דאָרטן זאָלט איר זיך שדכנען.

אין יענע אַלטע צײַטן איז נאָך אין רוסלאַנד ניט געווען קיין תּחום־המושבֿ. די ייִדן האָבן געמעגט וווינען וווּ דעם האַרץ האָט זיך פֿאַרגלוסט: אין שטעט, אין דערפֿער און אַפֿילו אין דער קרוינשטאָט, לעבן די צאַרישע פּאַלאַצן, כאָטש דער צאַר אַליין, ווי אַלע רוסישע הערשער, איז געווען אַ ביסל אַנטיסעמיטיש געשטימט, כאָטש קיין ייִדן אין די אויגן האָט ער קיין מאָל ניט געזען.

אויסגעשאָסן האָט דער עלטערער ברודער זײַן פֿײַל, איז זי געפֿאַלן אין הויף פֿון דעם רײַכסטן ייִדן, גלײַך אַנטקעגן דעם פֿענצטערל פֿון זײַן יונג טעכטערל, מירעלען. געהייסן האָט איר טאַטע, דער גבֿיר, בער־לייזער־נאָר־קדחת־פֿעלט־אים. דעמאָלט זײַנען נאָך קיין פֿאַמיליע־נעמען ניט געווען. אויסגעשאָסן האָט די פֿײַל דער צווייטער ברודער, איז זי געפֿלויגן און געפֿאַלן אין הויף פֿון אַ חסידישן רבי, גלײַך פֿאַרן שטיבל, וווּ זײַן טעכטערל, רייזעלע, האָט געלייענט די צאינה־וראינה. געהייסן האָט דער רבי, שמואל־שמעלקע חיים־יאַנקל פֿון פּופּיקלאָך. אויסגעשאָסן האָט דער ייִנגסטער ברודער זײַן פֿײַל, און זי איז געפֿאַלן אין הויף אַרײַן פֿון אַ שנײַדער, פּונקט פֿאַר זײַן טעכטערל חנהלע, וואָס זי איז געזעסן אויף דער פּריזבע און איבערגעניצעוועט אַ פּאָר אַלטע הויזן. איר טאַטע האָט געהייסן משה־שלמה־קאַשע־תּחת.

ווען דער צאַר האָט דערהערט די „טײַערע‟ נעמען פֿון זײַנע מחותּנים: בער־לייזער־נאָר־קדחת־פֿעלט־אים, שמואל־שמעלקע חיים־יאַנקל פֿון פּופּיקלאָך, משה־שלמה־קאַשע־תּחת — איז אים געוואָרן אַ ביסל פּאַסקודנע אויפֿן האַרצן. אַפֿילו ניט אַ ביסל, נאָר טאַקע אַ פֿולע שיסל, מיט אַ זשמעניע; ער האָט ממש דערזען פֿאַר זיך דעם מלאך־המוות, וועלכער איז געקומען צו אים מיט זײַן באַוווּסטן דרײַלינג — „אינפֿאַרקט־אינסולט־אינדערערד‟. נו, ווי מע זאָגט, קיינער האָט אים ניט געצוווּנגען, ער האָט זיך אַליין געמאַכט דעם טויט דורך זײַן פֿײַלן־בויגן־חכמהלע.

איז מילא! דער קיסר איז געשטאָרבן — זאָל לעבן דער נײַער קיסר! ווער זשע וועט זײַן דער נײַער רוסישער קיסר? פֿאַרשטייט זיך, דער עלטערער ברודער! אָבער יענער זאָגט זיך אָפּ. דער פּרינץ דערקלערט דעם עולם, אַז ער האָט חתונה פֿאַר זײַן מירעלע און אין איינעם מיט איר טאַטן בער־לייזער־נאָר־קדחת־פֿעלט־אים, פֿאָרן זיי אַוועק קיין אַמעריקע. ווי מע האָט שפּעטער דערציילט, דאָרט, אין דער קאָלומבעסעס מדינה, איז ער, אַ דאַנק זײַן שווער, געוואָרן גאָר אַ רײַכער מענטש — אַ מיליאָנער, צי אַפֿילו אַ ביליאָנער.

האָט מען זיך געוואָנדן צום מיטלסטן ברודער. יענער זאָגט זיך אויך אָפּ. דער צווייטער פּרינץ באַפֿעלט, אַז ער האָט ליב זײַן רייזעלע, אַז ער נעמט איבער דעם ייִדישן גלויבן… מע פֿלעג דערציילן, אַז דער מיטלסטער ברודער, איז זיך מגייר געווען, אים און רייזעלען האָט מען געשטעלט אַ חופּה. דערנאָך זענען די יונגע און זייער טאַטע שמואל־שמעלקע חיים־יאַנקל פֿון פּופּיקלאָך אַרויסגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. דאָרט האָט דער צאַרישער זון שוין מיטן נאָמען אַבֿרהם זיך זייער גוט געלערנט אין די ישיבֿות; אין עטלעכע יאָר אַרום געעפֿנט זײַן אייגענע ישיבֿה, וואָס איז געווען זייער באַרימט אין פּאַלעסטינע. זײַנער אַ ווײַטער יורש איז הײַנט אַ רבֿ אין רוסלאַנד, און מע זאָגט, אַז ער איז אַ גוטער ברודער מיט פּוטינען!

האָט מען זיך געוואָנדן צום קלענסטן ברודער, צום צאַרס מיזיניק, צו איוואַנען. ער איז מסכּים געווען צו פֿאַרנעמען זײַן טאַטנס טראָן. די יונגע חנהלע דעם שנײַדער משה־שלמה־קאַשע־תּחתעס טאָכטער האָט זיך געטויפֿט, מע האָט זיי מזווג געווען אין דעם גרעסטן קלויסטער. חנהלע איז געוואָרן די קיסריניע אַננאַ. די נײַע רוסישע הערשערין האָט געהאַט עטלעכע ייִנגעלעך, צאַרישע פּרינצן, הייסט עס. און אַלע ווײַטערדיקע רוסישע צאַרן זענען לויט „חנהעלע‟ געווען ייִדן און לויט „אַננאַ‟ — קריסטן.

מע זאָגט, אַז איינער אַ שרײַבער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ בוך, וועגן דעם צאַר איוואַן, דער קיסריניע אַננאַ, וועגן אַלע זייערע קרובֿים און אַלע זייערע יורשים. דער טיטל פֿונעם בוך איז: „200 יאָר אין איינעם‟…

ווען מיר האָבן זיך געזעגנט מיטן בערדיטשעווער ייִד, האָט ער אַרויסגענומען פֿון אַ הילצערנעם קאַסטן אַן אַלטע, אַלטע פֿײַל. יעדערער פֿון אונדז, ווער ס‘האָט זיך באַטייליקט אין דער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע, האָט מיט אַן אײַנגעהאַלטענעם אָטעם אַ גלעט געטאָן איר פֿאַרזשאַווערטן שפּיץ…