נאָך דער אָלימפּיאַדע איז דער מצבֿ אין רוסלאַנד ווידער אומרויִק: רוסלאַנד איז דאָך ענג פֿאַרבונדן מיט אוקראַיִנע; האָט מען מורא פֿאַר צוויי סצענאַרן פֿון די אַנטוויקלונגען: רוסלאַנד זאָל זיך אַרײַנמישן אין די אוקראַיִנישע ענינים; און די אויפֿרודערונגען אויף די גאַסן זאָלן זיך ניט באַווײַזן אויך בײַ אונדז. דער מצבֿ קען דאַן אַרויס פֿון אונטערן קאָנטראָל. עס קומען פֿאָר דעמאָנסטראַציעס, און די מלוכה פּרוּווט צו סטאַביליזירן די סיטואַציע.
איינע פֿון די באַמיִונגען האָט צו טאָן מיט ייִדן. דעם 18טן פֿעברואַר האָט פּוטין באַשטימט דעם באַשטאַנד פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער קאַמער פֿון רוסלאַנד. דאָס מאָל זענען אין איר אַרײַן אויך פֿאָרשטייער פֿון די עיקרדיקע רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס, בתוכם דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון רוסלענדישע ייִדישע קהילות, הרבֿ אַלכּסנדר באָראָדאַ.
די געזעלשאַפֿטלעכע קאַמער איז די איינציקע מלוכישע אָרגאַניזאַציע, וואָס הענגט ווייניק אָפּ פֿון דער מלוכה, און האָט אַ געוויסע השפּעה. זי איז אויסדערוויילט טיילווײַז אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן (אינעם באַשטאַנד פֿון דער קאַמער זענען 166 מענטשן, פֿון זיי 40 — באַשטימט דער פּרעזידענט, 83 — די געזעלשאַפֿטלעכע קאַמערן פֿון רעגיאָנען, און 43 ווערן אויסדערוויילט דורך דער אָפּשטימונג אין אינטערנעץ).
אַ העלפֿט קאַנדידאַטן פֿון דעם פּרעזידענטס רשימה מוזן זײַן פֿאַרטרעטער פֿון ניט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס, וואָס באַשיצן די אינטערעסן פֿון די בירגער און זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען. די געזעלשאַפֿטלעכע קאַמער קען ניט לייזן קיין וויכטיקע פּראָבלעמען, אָבער זי קען זיי פֿאָרמולירן און צוציִען דעם אויפֿמערק צו זיי. איר ראָלע קען מען פֿאַרגלײַכן מיט דער ראָלע פֿון זשורנאַליסטן אין די מערבֿדיקע לענדער. דער לעצטער באַשטאַנד פֿון דער קאַמער האָט געאַרבעט זייער ערנסט, און האָט זיך דערשלאָגן, אַז די מלוכה זאָל מאַכן אַ סך ריכטיקע טריט. לאָמיר האָפֿן, אַז הרבֿ באָראָדאַ וועט אַרבעטן אין דער קאַמער עפֿעקטיוו און פּראָדוקטיוו.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ פֿירט דורך די טעג אַ קורס קלאַסן פֿון „קאָמענטירטן לייענען‟. מע לייענט אַ באַרימטן טעקסט, אַ ספֿר אָדער אַ ליטעראַרישע יצירה — אין אָריגינאַל און אין אַן איבערזעצונג — מיט אויספֿירלעכע קאָמענטאַרן. דער קלאַס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לעקציע; דער לערער לייענט און פֿאַרטײַטשט אַ טעקסט, וואָס אין אים איז ער אַ ספּעציאַליסט, און דער עולם קען אים אָפּשטעלן און שטעלן פֿראַגעס. דאָס מאָל לייענט מען דעם „ספֿר־קהלת‟. די לערערקע איז יעווגעניאַ סמאַגינאַ, אַ פֿילאָלאָגין, איבערזעצערין, היסטאָריקערין פֿון אַנטיק־ליטעראַטור — ייִדישער, סירישער און גריכישער. זי האָט אָנטייל גענומען אין דער איבערזעצונג פֿון תּנ״ך, וואָס ס׳האָט געמאַכט די רוסישע ביבלישע געזעלשאַפֿט. „ספֿר־קהלת‟ איז אַ וויכטיקער טעקסט פֿאַר דער רוסישער קולטור, אַ מקור פֿון אויסדרוקן, וואָס ווערן ברייט געניצט אויף רוסיש. אינטערעסאַנט איז אויך פֿאַרן ברייטן עולם, זיך צו באַקענען מיטן אָריגינעלן טעקסט. אויפֿן ערשטן קלאַס האָבן זיך פֿאַרשריבן מער ווי 150 מענטשן.
פֿונעם 20סטן פֿעברואַר ביזן 6טן מערץ קומט אין מאָסקווע פֿאָר אַן אַקציע, וואָס עס פֿירן דורך עטלעכע ייִדישע אָרגאַציזאַציעס צוזאַמען — דאָס מאָסקווער ייִדישע קהילה־הויז, „הילל‟, „סוכנות‟, די רעפֿאָרמיסטישע קהילה, דער מאָסקווער „חסד‟, דער קינדער־צענטער פֿונעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, און איינע פֿון די מאָסקווער ייִדישע שולן. זיי קלײַבן שלח־מנות פֿאַר קראַנקע ייִדישע קינדער. אין משך פֿון 2 וואָכן קען מען לאָזן מתּנות פֿאַר קראַנקע קינדער אין יעדער פֿון די אָנגערופֿענע אָרגאַניזאַיעס; נאָך דעם ווי מע וועט אַלץ צונויפֿקלײַבן און אויפֿוויקלען, וועלן די שלח־מנות איבערגעשיקט ווערן צו די קינדער אויף פּורים.
אינעם מאָסקווער טעאַטער אויף מאַיאַקאָווסקיס נאָמען האָט מען די וואָך אויפֿגעפֿירט פֿרידריך האָרנשטיינס פּיעסע „בערדיטשעוו‟. דער סיפּור־המעשׂה נעמט אַרײַן 3 יאָרצענדליקער — פֿון 1945 ביז 1975. די הויפּט־פּערסאָנאַזשן פֿון דער פּיעסע זענען 2 לעבן־געבליבענע שוועסטער, רחל און זלאָטע. דרײַ און אַ האַלב שעה לאַנג רעדן די העלדן וועגן דער מלחמה, דער רעוואָלוציע, די ייִדן, דעם פּרײַז פֿונעם מענטשנס לעבן… אָבער אינעם פֿאָקוס געפֿינען זיך די צווישן־באַציִונגען אין דער ייִדישער משפּחה. דער רעזשיסאָר, ניקיטאַ קאָבעלעוו, האָט זיך באַקענט מיט עטנאָגראַפֿישע פּרטים, און איז ספּעציעל געפֿאָרן קיין בערדיטשעוו, גערעדט מיט דאָרטיקע תּושבֿים, כּדי אויפֿצולעבן די שטימונג פֿון יענער תּקופֿה און דעם אָרט. די הויפּט־ראָלעס ווערן געשפּילט פֿון צוויי באַרימטע אַקטריסעס אין רוסלאַנד — טאַטיאַנאַ אָרלאָוואַ און טאַטיאַנאַ אַוּגשקאַפּ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.