נישט איין מאָל קומט אויס צו לייענען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַז ייִדן זענען נישט־פֿאַרגינערס: אין שטעטל האָבן אַלע געוווּסט וואָס ס’טוט זיך בײַ יענעם, און אויב יענעם איז געגאַנגען גוט, איז מען געווען אומצופֿרידן. דאָ דערציילט דזשיגאַן, אַז אַפֿילו זײַנע גוטע־פֿרײַנד, זײַנע בעסטע חבֿרים, ווילן הערן וועגן אים נאָר שלעכטע בשׂורות. זאָגט ער:
„צוליב דעם מקנא זײַן, פֿיר איך מיך אַזוי: טאָמער מאַכט זיך אַ מאָל אַ גוט געשעפֿט, בין איך דאָך צופֿרידן, לייג איך מיך אַרײַן אויף אַ פּאָר טעג אין אַַ שפּיטאָל. זאָלן מײַנע גוטע־פֿרײַנד אויך זײַן צופֿרידן… און פֿֿאַרקערט, טאָמער מאַך איך אַ מאָל אַ שלעכט געשעפֿט, מאַך איך בײַ מיר אין שטוב אַ באַל. און איך לאַד זיי אַלע אײַן, מײַנע גוטע־פֿרײַנד, און כ’גיב זיי צו עסן און צו טרינקען פֿון שענסטן און פֿון בעסטן. איך פּלאַץ, זאָלן זיי מער פּלאַצן…“
אַז דזשיגאַן, דער סוחר, פֿאַרדינט, פֿאַרשאַפֿט ער פֿרייד די גוטע־פֿרײַנד, וואָס ער מאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער איז קראַנק; אויב ער פּלאַצט, דאָס הייסט, האָט גרויס עגמת־נפֿש וואָס ער פֿאַרדינט נישט, מאַכט ער דעם אָנשטעל, אַז ער פֿאַרדינט יאָ, זײַנע גוטע־פֿרײַנד זאָלן אויך פּלאַצן — פֿון קינאה.
ווען ער האָט „פֿאַרקויפֿט מײַן נײַע יאַטקע אין תּל־אָבֿיבֿ, האָבן בײַ מיר די גוטע־פֿרײַנד גענומען די לעבער… זיי האָבן מיר גערעדט אין דער גאַל… זיי האָבן מיר געשונדן די הויט… זיי האָבן מיר געטרייבערט די אָדערן…“ — אַלע קצבֿישע מעטאַפֿאָרן פֿאַר cut to the quick. אַגבֿ, איז די עטימאָלאָגיע פֿון quick אַן אַלט וואָרט פֿאַר „לעבעדיק‟, איז cut to the quick ענלעך צו hit him where he lives; מיט איין וואָרט, זיי זענען אים דערגאַנגען די יאָרן. „נאָר אַז כ’האָב פֿאַר דעם געלט געקויפֿט אַ הויז, איז פֿון זיי געפֿאַלן שטיקער פֿלייש“ — it made them miserable.
ווײַטער דערציילט ער: „דאָס וואָס זיי זענען מיך מקנא, וואָלט מיך נישט אַזוי געאַרט, נאָר דאָס וואָס זיי באַרעדן מיך, קאָסט מיך שטיקער געזונט“ — causes emotional pain. „זיי דערציילן, אַז מײַן פֿרוי האָט בײַ מיר גאָרנישט וואָס אָנצוטאָן“ — he is too cheap to buy her clothes — „און פֿאַר דעם גאָרנישט וואָס זי טוט זיך אָן…“ although he does not spend any money on clothes for her „…טוט זי מיך אויס“: she still manages to leave him broke.
ער מאַכט חוזק סײַ פֿון די באַקאַנטע וואָס פֿירן זיך עקסט „אינטעליגענט“, סײַ פֿון זיך אַליין, וואָס נישט־געקוקט אויף זײַן געלט, בלײַבט ער אַ „קליין מענטשעלע מיט קליינע השׂגות“, לויט שלום־עליכמס פֿאָרמולירונג:
„אַ קאַקטייל, ווייסט איר וואָס דאָס איז? איך האָב אויך נישט געוווּסט, יעצט ווייס איך שוין: ס’איז אַזוי — מע לאַדט אײַן מענטשן, מע רעדט אינטעליגענט און מע גיט נישט צו עסן. דאָרטן האָט זיך איין פֿרוי פֿאַר מיר באַרימט, אַז בײַ איר אויפֿן קאַקטייל האָט מען געשפּילט אַ גאַנצע נאַכט שאָפּען. נו, האָב איך מיך געפֿרעגט, און ווער האָט געוווּנען? צו מאָרגנס האָט אַ גאַנצן טאָג געקלונגען דער טעלעפֿאָן: יאַנקל, קום שפּילן אַ שאָפּען, ס’פֿעלט אַ פֿערטע האַנט…“
אַז שאָפּען איז גאָר אַ קאָמפּאָזיטאָר, ווייסט נישט „יאַנקל“, פּונקט ווי בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט ווייסט ער נישט, אַז „הבימה‟ איז אַ טעאַטער.
אַז יאַנקל באַשליסט צו זען אַן אָפּערע, האָט מען ווײַטער טענות: „דער יאַנקל איז געוואָרן אַ סמאָב“ — ער וויל דאָך זאָגן „סנאָב“, נאָר אָסור צי ער ווייסט וואָס דאָס איז אַזוינס. נו, דעם גבֿיר מיט קליינע השׂגות געפֿעלט עס נישט: „אָפּערע־שמאָפּערע, אַ נאַרישע מעשׂה, וואָס זיי שעמען זיך צו רעדן, זינגען זיי…“
ווי באַוווּסט איז „שמ…“ זייער ווײַט פֿאַרשפּרייט, ס’איז אַפֿילו היפּש אָנגענומען אויף ענגליש, וואָלט נישט געווען קיין עוולה, ווען בײַם הײַנטיקן טאָג הערט מען עס אָפֿטער אויף מאַמע־לשון.
ווײַטער האָט ער אויך נישט קיין הנאה: „ס’קומט אַרויס אַ פֿרוי און זינגט. נאָך דעם קומט אַרויס אַ מאַן, אַוודאי, איר מאַן, און זיי זינגען ביידע. נאָך דעם קומט אַרויס אַ דריטער און מישט זיך אַרײַן, אויך מיט געזאַנג. ווערט דער ערשטער בייז און שטעכט אים מיט אַ מעסער. יענער ליגט אויף דער ערד און געשאָכטענערהייט זינגט ער נאָך אַ שטיקל, ביז ער ציט אויס די פֿיס“.
דעם אַדווערביאַלן סופֿיקס „־ערהייט“ איז אַוודאי כּדאַי צו ניצן. „אויסציִען די פֿיס“ איז אַ נישט־בכּבֿודיקער עקוויוואַלענט פֿאַר „שטאַרבן‟ — אויף ייִדיש זענען דאָ אַ סך סינאָנימען, אָבער טייל ניצט מען נישט וועגן אַ מענטש, וואָס מע האַלט אים בכּבֿוד. חוץ „אויסציִען די פֿיס“ איז פֿאַראַן אויך, למשל, „צומאַכן אַן אויג“, „איבערפּעקלען זיך (אויף יענער וועלט)“, „אָפּטראָגן זיך“, „קײַען די ערד“, „ליגן אין דער ערד און באַקן בייגל“.
זעען מיר שוין, אַז דזשיגאַנס שפּראַך איז אַ גאַנץ רײַכע, קענען מיר זיך פֿון אים היפּש צולערנען. איז אויב איר קענט, פֿלעכט אַרײַן די אידיאָמען אין אײַער לשון. ס’וועט הנאה טאָן סײַ אײַך, סײַ די וואָס רעדן מיט אײַך!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.